װען פֿראַנקרײַך האָט פֿאַרכאַפּט אַלזשיר אינעם 19טן יאָרהונדערט, האָבן די פֿראַנצױזישע גענעראַלן אַװדאי ניט געטראַכט װעגן ייִדן. די שטחים לעבן דעם ברעג פֿונעם מיטלענדישן ים זײַנען פֿאָרמעל אַרײַנגענומען געװאָרן אין דעם באַשטאַנד פֿון דער פֿראַנצױזישער אימפּעריע, און די אַלזשירער ייִדן (אָבער ניט די מוסולמענער) האָבן מיט דער צײַט באַקומען פֿולע בירגעררעכט. אידעאָלאָגיש האָט פֿראַנקרײַך געהאַלטן קאָלאָניזאַציע פֿאַר איר „ציװיליזאַטאָרישן שליחות‟, און די אַלזשירער ייִדן זײַנען געװאָרן דער ערשטער דערפֿאָלג.
אָבער דאָס דאָזיקע „שליחות‟ האָט זיך אָפּגעשטעלט אױף דער גרענעץ פֿונעם מידבר סאַהאַראַ. די פֿראַנצױזישע אַרמײ האָט געמאַכט שלום מיט די אָרטיקע אַראַבישע און בערבערישע שבֿטים, אָבער איז ניט געװען אױסן צו ברענגען זײ צו דער „ציװיליזאַציע‟. מען האָט זײ געלאָזט לעבן לױט זײערע לעגאַלע מנהגים און רעליגיעזע טראַדיציעס בתּנאי, אַז זײ װעלן ניט בונטעװען קעגן דער שליטה פֿון פֿראַנקרײַך.
צװישן דער באַפֿעלקערונג פֿון די סאַהאַרער אָאַזיסן זײַנען אױך געװען ייִדן. די היסטאָריקער װײסן ניט גענױ, װען און פֿון װאַנען זײ זײַנען געקומען, אָבער עס איז קלאָר, אַז זײ האָבן דאָ געהאַט געװױנט עטלעכע הונדערט יאָר און פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט אין דער אָרטיקער װירטשאַפֿט און געזעלשאַפֿט. לױט זײער לעבנס־שטײגער זײַנען די סאַהאַרער ייִדן ניט געװען זײער אַנדערש פֿון די מוסולמענער, און פֿונעם פֿראַנצױזישן שטאַנדפּונקט זײַנען די ייִדן געװען פּונקט אַזױ „אַלט־געזעסענע‟ װי די מוסולמענער. דערפֿאַר האָט מען ניט די ייִדן און ניט די אַראַבער נישט געגעבן די פֿראַנצױזישע בירגערשאַפֿט.
אַזױ אַרום זײַנען זיך אין דעם פֿראַנצױזישן אַלזשיר צונויפֿגעקומען צװײ פֿאַרשידענע ייִדישע עדות. אײנע איז מיט דער צײַט געװאָרן אַלץ מער אײראָפּעיִש, אַ דאַנק די פּריװילעגיעס פֿון דער פֿראַנצױזישער בירגערשאַפֿט, בעת די אַנדערע עדה איז פֿאַרבליבן „פּרימיטיװ‟ אין די אױגן פֿון דער פֿראַנצױזישער מאַכט. די געשיכטע פֿון געשפּאַנטע באַציִונגען צװישן דער פֿראַנצױזישער מלוכה, די מוסולמענער און די קלײנע ייִדישע קהילות אין פֿינף שטעטלעך אינעם סאַהאַרער אָאַזיס פֿון מזאַב איז די טעמע פֿונעם נײַעם בוך פֿון פּראָפֿעסאָר שׂרה אַברעװאַיאַ שטײן פֿונעם קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס.
די ערשטע פֿראַגע, װאָס אַ זײַטיקער לײענער קאָן פֿרעגן, װען ער נעמט אַזאַ מין בוך אין די הענט, איז „װאָס גײט מיר אָן די דאָזיקע מעשׂה פֿון אַ פֿאַרװאָרפֿענער ייִדישער עדה אין אַ װײַטן מידבר?‟ חוץ דעם, װאָס דאָס איז טאַקע אַ פֿאַרכאַפּנדיקע מעשׂה, קאָן מען דערפֿון אָפּלערנען אַ ניצלעכן מוסר־השׂכּל װעגן די באַציִונגען צװישן ייִדן און דער מאָדערנער מלוכישער מאַכט.
דער דראַמאַטישער קער אינעם גורל פֿון אַלע אַלזשירער ייִדן איז פֿאָרגעקומען אין דעם זומער פֿון 1962. נאָך דער לאַנגער און בלוטיקער מלחמה פֿאַר אומאָפּהענגיקײט האָט דער אַלזשירער „פֿראָנט פֿאַר נאַציאָנאַלער באַפֿרײַונג‟ מנצח געװען די פֿראַנצױזישע אַרמײ, און די פֿראַנצױזישע בירגער האָבן געמוזט אַנטלויפֿן װאָס גיכער קײן אײראָפּע. די ייִדן פֿון מזאַב זײַנען געװען אין אַ פֿאַרצװײפֿלטער לאַגע, אָבער די פֿראַנצױזישע מלוכה איז זײ געקומען צו הילף. דער אָרטיקער פֿאָרשטײער פֿון דער פֿראַנצױזישער מאַכט האָט אַראַנזשירט, אַז עטלעכע עראָפּלאַנען זאָלן קומען צו פֿליִען און אַװעקפֿירן אַלע ייִדן קײן פֿראַנקרײַך. די גאַנצע געשיכטע בלײַבט עד־היום אַ ביסל נעפּלדיק, װײַל עס איז ניט קלאָר, װער זשע האָט טאַקע געשיקט די דאָזיקע עראָפּלאַנען נאָך די ייִדן אינעם מידבר בעתן סאַמע בהלה־ברען, װען הונדערטער טױזנטער „עכטע‟ פֿראַנצױזן זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון אַלזשיר.
די מחברין האָט צונױפֿגעשטעלט די דאָזיקע געשיכטע פֿון פֿילצאָליקע קלענערע שטיקלעך, װאָס זי האָט אױסגעפֿונען אין אַ טוץ אַרכיװאַלע זאַמלונגען איבער דער גאַנצער װעלט. זי האַלט, אַז די געשיכטע פֿון דער קלײנער ייִדישער עדה אין סאַהאַראַ איז אַ מין שפּאַקטיװ, װאָס דערמעגלעכט צו זען אַ ברײטער בילד פֿון דער קאָלאָניאַלער געשיכטע. די פֿראַנצױזישע מלוכה האָט זיך לאַנגע יאָרן געראַנגלט מיט דער „ייִדישער פֿראַגע‟: צי זײַנען די ייִדן „ציװיליזירטע אײראָפּעער‟ אָדער „אָפּגעשטאַנענע אַלט־געזעסענע תּושבֿים‟? אין אַלזשיר האָט מען צעטיילט די ייִדן אויף צװײ גרופּעס. פּראָפֿעסאָר אַברעװאַיאַ שטײן טענהט, אַז די באַגריפֿן פֿון „אָפּגעשטאַנענקײט‟ און „פּרימיטיװקײט‟ האָבן געדינט װי אידעאָלאָגישע כּלים פֿאַר דער פֿראַנצױזישער אַדמיניסטראַציע, כּדי צו באַרעכטיקן איר הערשאַפֿט איבער אַלזשיר.
די געשיכטע פֿון אַ קלײנער ייִדישער קהילה אין סאַהאַראַ דערװײַזט, אַז עס איז דאָ תּמיד אַ שפּאַרונע צװישן דער פּאָליטישער אידעאָלאָגיע און פּראַקטישן לעבן, און דװקא די ייִדן בלײַבן אָפֿטמאָל שטעקן אין דער מיט. זינט דער פֿראַנצױזישער רעװאָלוציע האָט די פֿראַנצױזישע מלוכה פּראָקלאַמירט די אוניװערסאַלע פּרינציפּן פֿון ברודערשאַפֿט, גלײַכקײט און פֿרײַהײט. קל־וחומר האָט מען געמוזט פֿאַרשפּרײטן די דאָזיקע פּרינציפּן אױף ייִדן, בתּנאַי, אַז זײ װעלן זיך אָפּזאָגן פֿון זײער קהילה־אױטאָנאָמיע. אָבער אין די קאָלאָניעס האָבן די פֿראַנצױזן גענוצט אַן אַנדער לעגאַלן פּרינציפּ. זײ האָבן דערלױבט די קאָלאָניזירטע פֿעלקער זיך צו האַלטן בײַ זײערע טראַדיציעס און לעבנס־שטײגער, נאָר צוליב דעם האָבן זײ ניט געקאָנט באַקומען קײן בירגעררעכט. די ייִדן האָבן זיך געפֿונען אױף בײדע זײַטן פֿון דער דאָזיקער לעגאַלער מחיצה. צום סוף, האָט מען זײ סײַ־װי געמוזט ראַטעװען אין אײנעם מיט אַלע פֿראַנצױזישע בירגער, װײַל אין די אױגן פֿון די אַלזשירער נאַציאָנאַליסטן זײַנען אַלע ייִדן געװען פֿרעמד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.