(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די אָרגאַניזאַציע „כּשר אױסטראַליע‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט „כּשר אױסטראַליע שפּײַז־רשימה 20015-5775/6‟. די רשימה גיט איבער דעם לײענער, װעלכע כּשרע עסנס מע קען קױפֿן אין אױסטראַליע און אױך די נעמען פֿון די אָרגאַניזאַציעס, װעלכע זי געטרױט צו פּסקענען כּשרות. אַבאָנאַמענטן קענען באַקומען דערהײַנטיקונגען פֿון דער רשימה במשך פֿונעם יאָר.
פֿֿינף מיטגלידער פֿונעם אױספֿיר-קאָמיטעט בײַ דער מעלבורנער ישיבֿה האָבן רעזיגנירט פֿון זײערע אַמטן אין ליכט פֿון די אױספֿאָרשונגען פֿון דער קיניגלעכער קאָמיסיע אױסצופֿאָרשן די רעאַקציעס פֿון אינסטיטוציעס צו סעקסועלע מיסברױכן, װעלכע זײַנען באַגאַנגען געװאָרן קעגן קינדער אין זײער רשות. געליטענע האָבן געפֿאָדערט די רעזיגנאַציעס פֿון די, װעלכע האָבן געדינט אין דער צײַט, װען די מיסברױכן זײַנען באַגאַנגען געװאָרן קעגן זײ, און בעת די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער ישיבֿה האָט פֿאַרדעקט די מיסברױכן. דער געװעזענער פֿאָרזיצער דאָן װאָלף, חיים ניו, ירמי לאָבענשטײן, בנימין אַלטהױז און סו סוסקינד האָבן שױן רעזיגנירט. הרבֿ שמשון יורקאָװיטש װעט אַװעק פֿונעם קאָמיטעט אין דער נאָענטער צוקונפֿט. אײנער פֿון די געליטענע, װעמענס נאָמען איז נישט פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן, האָט געפֿאָדערט, אַז דער גאַנצער קאָמיטעט זאָל רעזיגנירן.
דער נײַער ועד־הרבנים פֿון אַסטראַלאַזיע (אױסטראַליע און נײַ־זעלאַנד), װאָס עקסיסטירט שױן גאַנצע דרײַ װאָכן, פֿירט אַ סיכסוך מיטן עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום און מיטן ראַט פֿון אָרטאָדאָקסישע סינאַגאָגעס אין אױסטראַליע. הרבֿ סעלװין פֿרענקלין, דער פּרעזידענט פֿונעם ועד, איז אױך דער װיצע־פּרעזידענט פֿון כּשרות ניו־סאַוט װײלס. צװײ מיטגלידער האָבן רעזיגנירט פֿון כּשרות ניו־סאַוט װײלס די פֿאָריקע װאָך, װי אַ פּראָטעסט קעגן דעם מאַנגל אין פּראָצעדור אױפֿן ועד. בײדע קהלישע אָרגאַניזאַציעס האַלטן, אַז עס פּאַסט נישט, אַז דער פּרעזידענט פֿונעם ועד הרבנים זאָל אױך דינען װי דער װיצע־פּרעזידענט פֿונעם ועד הכּשרות פֿון ניו־סאַוט װײלס. הרבֿ פֿרענקלין זאָגט, אַז ער װעט װײַטער דינען אױף בײדע ועדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.