דער דעמאָקראַטישער געדאַנק און די קאַלטע מלחמה

German Intellectuals and the Cold War

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published March 18, 2015, issue of April 03, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

גרינבערג דערצײלט װעגן פֿינף אַזעלכע פּערזענלעכקײטן, װאָס האָבן געמאַכט אַ װיכטיקן טעאָרעטישן בײַטראָג אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק פֿון דער קאַלטער מלחמה. זײער געדאַנקענגאַנג האָט זיך אױסגעפֿורעמט בעת דער װײַמאַרער תּקופֿה, אָבער מקוים געװאָרן ערשט נאָך זײער עמיגראַציע קײן אַמעריקע. יעדער אײנער פֿון זײ פֿאַרקערפּערט אַ געװיסע אידעיִשע שיטה: קאַרל פֿרידריך האָט געזוכט די װאָרצלען פֿון דעמאָקראַטיע אין דעם דײַטשישן פּראָטעסטאַנטישן געדאַנק; ערנסט פֿרענקעל האָט אַנטװיקלט די סאָציאַליסטישע קריטיק פֿון מאַרקסיזם; װאַלדעמאַר גוריאַן האָט צוגעפּאַסט די קאַטױלישע פֿילאָסאָפֿיע פֿון „פּערסאָנאַליזם‟ צו דער אַמעריקאַנער דעמאָקראַטיע; קאַרל לעװענשטײן האָט באַשטימט לעגאַלע גרענעצן פֿון דעמאָקראַטישער פֿרײַהײט; און האַנס מאָרגענטאַו האָט פֿאַרלײגט דעם יורידישן פֿונדאַמענט פֿאַרן נײַעם אינטערנאַציאָנאַלן װעלט־סדר.

אין תּוך גענומען, זײַנען די אָנזיכטן פֿון אָט די פֿינעף דענקער געװען ביז גאָר פֿאַרשידענע. װאָס האָט זײ פֿאַראײניקט איז געװען די שׂינאה און מורא פֿאַר די טאָטאַליטאַרע רעזשימען — סײַ דעם דײַטשישן נאַציזם און סײַ דעם סאָװעטישן קאָמוניזם. אין די אַמעריקאַנער הױכע פֿענצטער האָט מען זיך מיט איין אױער צוגעהערט צו זײערע עצות און חקירות. אָבער זײער אַנטי־טאָטאַליטאַרישע קנאות האָט געהאַט אַ פֿינצטערן שאָטן. די פֿאַרביסענע שׂינאה צו דעם סאָװעטישן קאָמוניזם האָט געמאַכט זײער װיזיע צו גראָדליניק. און זײ האָבן ניט געװאָלט באַמערקן, אַז כּדי צו פֿאַרטײדיקן די דעמאָקראַטישע װערטן, האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג צומאָל אַלײן געשטיצט דיקטאַטאָרישע רעזשימען, בפֿרט אין דרום־אַמעריקע. די אַמעריקאַנער אַקאַדעמישע סבֿיבֿה בעת דער קאַלטער מלחמה האָט באַדינט די מלוכה און איז ניט געװען גרײט פֿאַר אַ קריטישן אַנאַליז פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק. מען האָט שאַרף קריטיקירט סאָװעטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרן דערשטיקן פֿרײַהײט, אָבער מען האָט ניט דערלאָזט קײן סך חילוקי־דעות אינעם אײגענעם לאַנד.

אַ היפּשע צאָל דײַטשישע אינטעלעקטואַלן, װאָס זײַנען געװאָרן דעה־זאָגער אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטישער טעאָריע, זײַנען געװען פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. דער דאָזיקער פֿאַקט האָט באַשטימט זײער פּערזענלעכן גורל, װען די נאַציסטן האָבן אָנגעהױבן די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות. אָבער אין גרינבערגס טעאָרעטישן אַנאַליז שפּילט דער ייִדישער אָפּשטאַם ניט קײן גרױסע ראָלע. זײַנע העלדן האָבן זיך ניט אָפּגעגעבן מיט ייִדישע ענינים, און צומאָל האָבן זיי אַפֿילו פֿאַרשװיגן די אָנגעקניפּטקייט צװישן אַנטיסעמיטיזם און טאָטאַליטאַריזם. זײער קאַמף איז געװען פֿאַר דער גאַנצער מערבֿדיקער ציװיליזאַציע, און זײ האָבן ניט געװאָלט, מען זאָל זײ חושד זײַן אין אַ ספּעציעלן ייִדישן אינטערעס. פֿון דעסטװעגן, פֿאַרדינט דער ייִדישער אַספּעקט מער אױפֿמערקזאַמקײט, װײַל דװקא דער באַגער צו פֿאַרבאַהאַלטן די אײגענע ייִדישקײט קאָן צומאָל זײַן אַ סימן פֿון ייִדישע דאגות.

נאָך דעם, װי דער מערבֿ האָט געװוּנען די קאַלטע מלחמה, האָט מען זיך בהדרגה גענומען אָפּשװאַכן די אַקאַדעמישע סטרוקטורן, װאָס האָבן באַזאָרגט די מלוכה מיט אינטעלעקטועלער שפּײַז. דער איצטיקער פּאָליטישער קריזיס איז געקומען אומגעריכט, און קײן פֿרישע געדאַנקען װי אַזױ אים צו באַהאַנדלען, האָט מען דערװײַל ניט. פּאָליטישע זשורנאַליסטן און עצה־געבער קײַען איבער די אַלטע פֿאַראַיאָריקע חידושים װעגן דעמאָקראַטיע און פֿרײַהײט, נאָר דאָס העלפֿט ניט צו פֿאַרשטײען, װי אַזױ צו באַזיניקן די פֿרישע אױפֿגעקומענע קאָנפֿליקטן. גרינבערגס בוך האָט אַ טאָפּלטן װערט. ערשטנס, דערצײלט עס װעגן די ריזיקע אינטעלעקטועלע רעסורסן, װאָס אַמעריקע האָט מאָביליזירט פֿאַר דער קאַלטער מלחמה. צװײטנס, מאַכט עס קלאָר, אַז די אַלטע אַמוניציע טױג שױן ניט מער פֿאַרן 21סטן יאָרהונדערט.