(די 2 טע זײַט פֿון 3)
די קלעזמער־קאַפּעליעס „גולם‟ און „ליטוואַקוס‟ וועלן שפּילן צוזאַמען שבת, דעם 28סטן מאַרץ, 7 אַזייגער אין אָוונט אין דער פּאָפּולערער קרעטשמע „דראָם‟ (85 עוועניו A אין ברוקלין). נאָך אינפֿאָרמאַציע: //www.dromnyc.com
די גרופּע „ליבעלע דואָ‟, וואָס באַשטייט פֿון די פֿראַנצייזישע זינגערקעס עלינאָר ביזונסקי און עלינאָר וועיל, צוזאַמען מיט פּיט רושעווסקי, וועלן פֿאָרשטעלן אַ פּראָגראַם פֿון לידער, וואָס בינדן צונויף די ייִדישע און פֿראַנצייזישע מוזיקאַלישע טראַדיציעס. דער קאָנצערט וועט אַרײַנעמען ייִדישע לידער פֿונעם פֿראַנצייזישן מוזיקער דזשאָק גראָבער, פֿראַנצייזישע לידער, געזונגען אויף ייִדיש, און אויך זעלטענע טראַדיציאָנעלע ייִדישע לידער. דער דועט וועט אויך פֿאָרשטעלן אויסצוגן פֿון זייער נײַער מוזיקאַלישער אַדאַפּטאַציע פֿון אַהרן צייטלינס „די עזאָטערישע פּאָעמע‟ מיטן ליאַלקע־מײַסטער דזשאָן לעווין.
דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 29סטן מאַרץ, בײַם „ייִוואָ‟. כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט באַזוכט //yivo.org/events/index.php?tid=205&aid=1356d=1356.
אין תּל־אָבֿיבֿ בײַם „צענטער א׳׳נ פֿון סוזן דלל‟ וועט פֿאָרקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון מוזיק אויף ייִדיש. דער פֿעסטיוואַל גייט אָן פֿון מוצאי־שבת, דעם 4טן אַפּריל ביז מאָנטיק, דעם 6טן אַפּריל. צווישן די מוזיקאַלישע גרופּעס וועלן אויפֿטרעטן די פּוילישע פּאָפּ־שטערן קאַיאַ מיט אַ ריי ייִדישע לידער, די נאָרוועגישע זינגערין בענטאַ קאַהאַן און מענדי כּהנא מיט דער קאַפּעליע „שפּילבערג‟.
נאָך אינפֿאָרמאַציע: //www.suzannedellal.org.il/?CategoryID=447.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.