(די 3 טע זײַט פֿון 3)
די באַקאַנטע חסידישע שפּיל־מײַסטערס שלמה פּערל און אַרי פֿראַנקל, וואָס זענען ברייט באַוווּסט אויף דער חסידישער גאַס צוליב זייערע פֿריִערדיקע פֿאָרשטעלונגען אַזוי ווי „אַ סליחות־נאַכט אין קיִעוו‟, „על נהרות בבֿל‟ און אַנדערע, שטעלן הײַיאָר פֿאָר אַ נײַע שפּיל „אַ פֿינצטערע נאַכט אין וואַרשע‟. די שפּיל וועט פֿאָרקומען בײַם „ברוקלינער קאָלעדזש‟ אינעם זאַל אויפֿן נאָמען פֿון וואַלט וויטמאַן (נאָסטראַנד עוועניו און עוועניו H). די פֿאָרשטעלונגען וועלן פֿאָרקומען מאָנטיק, דעם 6טן אַפּריל (1:30 נאָך מיטאָג און 7:30 אין אָוונט) און דינסטיק, דעם 7טן אַפּריל (11:30 אין דער פֿרי).
נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט אָן 8326—500—669—1.
דער „ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט אין וואַרשע א׳׳נ פֿון עמנואל רינגעלבלום‟ און דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער־מעדעם־ביבליאָטעק‟, צוזאַמען מיטן „פּוילישן פֿאַרבאַנד פֿאַר ייִדיש־לימודים‟ און די „מיכל פֿרידמאַן פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטורן אין פּוילן‟ אָרגאַניזירן אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע „ייִדישיזם: מיטאָלאָגיעס און איקאָנאָגראַפֿיעס‟. די קאָנפֿערענץ וועט הײַיאָר פֿאָרקומען דעם 15טן און דעם 16טן נאָוועמבער, אינעם „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט אין וואַרשע‟.
לויט אַ „קול־קורא‟, אַרויסגעשיקט פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן אויף ייִדיש, וועט די קאָנפֿערענץ „קריטיש באַטראַכטן די שאַפֿונג, פֿאַרשפּרייטונג און טראַנספֿאָרמאַציע פֿון ייִדישיסטישן מיטאָס זינט דעם 19טן יאָרהונדערט און ביזן הײַנטיקן טאָג‟.
כּדי אָנטיילצונעמען אין דער קאָנפֿערענץ שיקט אַרײַן אַ קיצור, אויף ייִדיש אָדער ענגליש, פֿונעם פֿאָרגעלייגטן רעפֿעראַט (300 ווערטער), צוזאַמען מיט אַ ביאָגראַפֿיע (200 ווערטער), ביזן 4טן מײַ אויפֿן אַדרעס myths@jhi.pl. די רעפֿעראַטן קענען פֿאָרגעלייענט ווערן אויף ייִדיש אָדער ענגליש.
די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער קאָנפֿערענץ — קאַראָלינע שימאַניאַק („ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט אין וואַרשע‟), נאַטאַליע קריניצקאַ („פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟) און טל חבֿר־כיבאָווסקי („פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟) גיבן אויך איבער, אַז ס׳זענען דאָ אַ צאָל סטיפּענדיעס, וואָס וועלן דעקן אַ טייל פֿון די הוצאות פֿון דער רײַזע קיין פּוילן און דאָס אָנטיילנעמען אויף דער קאָנפֿערענץ. די סטיפּענדיעס זענען דער עיקר פֿאַר סטודענטן און יונגע־פֿאָרשערס פֿון מיזרח־ און צענטראַל־אייראָפּע.
נאָך אינפֿאָרמאַציע: https://www.facebook.com/events/936074406433427/
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.