(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין די פֿריִערדיקער אַרטיקלען האָב איך באַשריבן ווי בײַם יערלעכן „קלעזקאַנאַדע‟־פֿעסטיוואַל לעבן מאָנטרעאַל האָט מען אײַנגעפֿירט אַ מאַרש אויף צוריק צו באַגריסן דעם שבת בײַם זון־אונטערגאַנג מיט דער באַטייליקונג פֿון הונדערטער מוזיקער. דער דירעקטער מקור פֿאַר דער „קלעזקאַנאַדע‟־טראַדיציע איז געווען אַ רומעניש שטעטל, אָבער דער געדאַנק אַרויסצוגיין אין דרויסן צו באַגריסן דעם שבת האָבן די צפֿתער מקובלים שוין געטאָן מיט הונדערטער יאָרן פֿריִער.
נישט אַלע צפֿתער מינהגים האָבן געהאַט די הסכּמה פֿונעם אר״י. ממש אַ רעוואָלוציאָנערער אײַנפֿיר פֿון די חסידים אין מיזרח־אייראָפּע איז, וואָס זיי האָבן אָנגעהויבן דאַוונען לויטן ספֿרדישן נוסח. דאָס האָט פֿאַרשאַפֿט אַ גרויסע קעגנערשאַפֿט צו זייער שיטה. שטעלט זיך אַרויס, אַז לוריא אַליין האָט דווקא געדאַוונט נוסח אַשכּנז, און האָט געהאַלטן, אַז מע דאַרף נישט בײַטן.
הײַנט איז דער מינהג פֿון אושפּיזין — דאָס פֿאַרבעטן זיבן געסט פֿון דער תּורה אַרײַן אין דער סוכּה (די אָבֿות, משה־רבינו, אַהרן־הכּהן, יוסף־הצדיק און דוד־המלך) זייער פֿאַרשפּרייט. כאָטש דאָס וואָרט אַליין „אושפּיזין‟ נעמט זיך פֿון אַ גריכיש וואָרט, שטאַמט דער מינהג פֿונעם „זוהר‟, וווּ עס ווערט באַשריבן די פּאַראַלעלן צווישן יעדן גאַסט מיט איינער פֿון די מיסטישע ספֿירות.
צווישן די מער פֿאָלקלאָרישע מינהגים וואָס די ייִדישע מיסטיקער האָבן פֿאַרשפּרייט, איז דאָס גלייבעניש, אַז, הושענא־רבה זאָל מען אַרויסגיין אונטער דער לבֿנה־שײַן און קוקן אויפֿן אייגענעם שאָטן נאָך האַלבער נאַכט, כּדי צו זען, צי מע וועט איבערלעבן דאָס נײַע יאָר. אויב מע זעט דעם שאָטן פֿונעם קאָפּ איז דער ענטפֿער יאָ, אויב נישט… אין דעם האָט מען נאָך געגלייבט בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט אין די שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע, אָבער הײַנט איז דאָס פֿאַרגעסן געוואָרן.
בכלל האָט די ייִדישע מיסטיק אַרויסגעהויבן די וויכטיקייט פֿון הושענא־רבה. דאָס לערנען און דאַוונען די גאַנצע נאַכט פֿון הושענא־רבה שטאַמט פֿון דער סבֿיבֿה, און אינעם „זוהר‟ געפֿינט מען דעם געדאַנק, אַז אין יענעם טאָג ווערט דער גורל פֿונעם קומעדיקן יאָר באַשלאָסן אינעם בית־דין־של־מעלה. דערפֿאַר ווינטשט מען זיך יענעם טאָג אויף ייִדיש — „אַ גוט קוויטל‟.
פֿאַר וואָס האָב איך בכלל דערמאָנט „קעמפּ בויבעריק‟ און „קלעזקאַנאַדע‟ אין שײַכות מיט פֿײַערשטיינס ווערק? מיר דאַכט זיך, אַז דווקא דער מיסטישער אַספּעקט פֿון די ייִדישע מינהגים, די טראַדיציעס פֿון צפֿת, ווערן גיכער אָנגענומען בײַם הײַנטיקן ייִנגערן דור אין זײַן פֿאַרשטאַנד און אַנטוויקלונג פֿון ייִדישקייט. אַלטע מינהגים ווי אָפּשערענישן (ווען דאָס קינד ווערט אַלט 3 יאָר) ווערן ווידער פּאָפּולער אין די נישט־חסידישע קרײַזן, און דאָס בוך „ייִדישע מינהגים וואָס שטאַמען פֿון דער קבלה‟ וועט זיכער העלפֿן דעם דור פֿאַרשטיין די אינטערעסאַנטע און אַלטע געשיכטע פֿון די טראַדיציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.