לאָנדאָנער געשפּענסטן פֿון מיטל־מיזרח־קאָנפֿליקט

London Ghosts of the Mideast Conflict


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published March 27, 2015, issue of April 17, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די קײט פֿון בלוטיקע געשעענישן אין דעם סעריאַל איז ניט קײן רעאַליסטישע, און אַפֿילו ניט פּסיכאָלאָגיש גלױבװירדיקע, אָבער דאָס איז ניט קײן פּראָבלעם פֿאַרן זשאַנער. װאָס איז יאָ אַ ביסל פּראָבלעמאַטיש, איז דער סטעראָטיפּישער באַנעם פֿונעם מיטל־מיזרח, װאָס איז אײַנגעװאָרצלט אין דעם בריטישן קאָלאָניאַלן עבֿר. סײַ ייִדן און סײַ אַראַבער װערן פֿאָרגעשטעלט װי אָריענטאַלישע טיפּן. הינטער זײער „ציװיליזירטער” אײבערפֿלאַך שטעקן װילדע לײַדנשאַפֿטן און מערדערישע אינסטינקטן. זײ װערן געטריבן דורך דעם באַגער צו נעמען נקמה, װאָס איז גורם אַ מערדערישע קײט אָן אַ סוף. דערבײַ זײַנען די בריטישע און אַמעריקאַנער געהײמדינסטן אױך ברוטאַל און פֿאַרפֿירעריש אין זײער באַגער צו הערשן אינעם מיטל־מיזרח. זײ העצן אױף דעם קאָנפֿליקט, אָבער, צום סוף, זײַנען זײ פּונקט אַזױ הילפֿלאָז װי אין אָנהײב.

די הױפּטהעלדין פֿון דער דראַמע װערט אַלײן אַ קרבן פֿון געװאַלד און בגידה. אינעם אָנהײב װערט זי פֿאָרגעשטעלט װי אַ רײַכע „בכּבֿודיקע פֿרױ”, װאָס איז זיכער, אַז זי איז בכּוח אױפֿצובױען שלום־בריקן צװישן ישׂראל און פּאַלעסטינע דורך דעם אַנטװיקלען אַן אינטערנעץ־פֿאַרבינדונג, און אַזױ אַרום אָפּצאָלן איר משפּחה־שולד. אינעם לעצטן עפּיזאָד איז זי אױסגעשעפּט און הילפֿלאָז נאָך אַלע צרות און פֿאַרלוסטן, װאָס זי האָט איבערגעליטן. א װיכטיקער חידוש פֿון דער דאָזיקער דראַמע שטעקט אין דעם, װאָס די פֿרױען שפּילן דאָ מער בולטע ראָלעס אײדער מענער. דװקא די פֿרױען דרײען מיט די אַמעריקאַנער און בריטישער שפּיאָנען און פֿירן אָן מיט געשעפֿטן. די פֿרױען קאָנען זיך גוט שלאָגן און אַפֿילו הרגענען. און אײנצײַטיק בלײַבן זײ רירעװדיק־עמאָציאָנעל און צערטלעך־לײַדנשאַפֿטלעך. 

די פּראָדוצירער פֿונעם סעריאַל זײַנען געװען אױסן צו באַקעמפֿן פֿאַרשפּרײטע טיפּאָלאָגישע קלישעען פֿונעם טראַדיציאָנעלן טרילער־זשאַנער, אָבער אין תּוך גענומען זײַנען זײ פֿאַרבליבן סטערעאָטיפּיש אין זײערע פּאָרטרעטן. דער פֿינצטערער „מיזרח” בלײַבט אַ פֿרעמדער געשפּענסט, װאָס לױערט אױף הײַנטיקן ענגלאַנד. די פֿרױען, װאָס פֿאַרמאָגן מאַכט און געלט, בלײַבן, פֿון דעסטװעגן, ניט באַפֿרײַט פֿון דער אינערלעכער פֿאַרשקלאַפֿטקײט צו דער אַלטער מאָדעל פֿון װײַבערישקײט. און חוץ דעם טרעפֿט מען דאָ דעם אַלטן גוטן שאַבלאָן פֿון ייִדישן רײַכטום, װאָס איז באַזונדערס פֿאַרשפּרײט דװקא צװישן דער לינקער ענגלישער אינטעליגענץ.

אמת, אַלע װערק פֿון קונסט טראָגן אין זיך שפּורן פֿון סטערעאָטיפּן פֿון זײער צײַט און געזעלשאַפֿט. די פֿראַגע איז, װי אַזױ מען באַהאַנדלט זײ דורך די קינסטלערישע כּלים. ניט געקוקט אױף אַ סך שבֿחים, װאָס „די בכּבֿודיקע פֿרױ” האָט באַקומען אין דער ענגלישער און אַמעריקאַנער פּרעסע, איז דער דאָזיקער סעריאַל מער אינטערעסאַנט װי אַ שטאָף פֿאַר קריטישן אַנאַליז פֿון הײַנטיקע ענגלישע סטערעאָטיפּן, אײדער װי אַ װערק פֿון קונסט.