וויפֿל זײַנען דאָ ייִדיש־סטודענטן?

How Many Yiddish Students?


פֿון לייזער בורקאָ

Published March 29, 2015, issue of April 17, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

איידער דער לייענער זעצט זיך וויינען און הייבט אָן טראַכטן אַוועקצוּוואַרפֿן דאָס לערנען און בעסער צו ווערן אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַמירער, איז כּדאַי צו וויסן, אַז ספּעציעל וואָס שייך ייִדיש איז די סטאַטיסטיק פֿונעם באַריכט ניט פֿאַרלאָזלעך. אמת, מע ציילט דרײַ מאָל אין משך פֿון יעדן יאָרצענדלינג, אָבער ניט יעדעס מאָל ציילט מען אויפֿן זעלביקן אופֿן. למשל, אַ מאָל האָט גאָלדבערג זיך פֿאַרבונדן מיט געוויסע ישיבֿות און געפֿרעגט, צי מע לערנט דאָרט אויף ייִדיש — האָבן זיי געענטפֿערט, אַז יאָ, און ער האָט אַרײַנגערעכנט זייערע הונדערטער ישיבֿה־בחורים. אָבער אין אַנדערע יאָרן האָט מען יענע ישיבֿות ניט געפֿרעגט, אָדער צוליב זייערע אייגענע חשבונות האָבן זיי ניט געוואָלט ענטפֿערן. אויב מע זאָל אַרײַנרעכענען אַלע ישיבֿה־בחורים, וואָס לערנען הײַנט אויף ייִדיש, קענען מיר זיך אפֿשר גרייסן מיט צענדליקער טויזנטער ייִדיש־סטודענטן — מע דאַרף געדענקען, אַז 27% פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער יוגנט איז הײַנט אָרטאָדאָקסיש, און דער עיקר — חרדיש.

איך ווייס אָבער ניט, צי עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל אַרײַנצורעכענען די ישיבֿה־בחורים, ווײַל אַ ישיבֿה איז דאָך ניט קיין אוניווערסיטעט און מע לערנט דאָרט סײַ־ווי ניט קיין שפּראַך־קורסן. אָבער אַפֿילו אָן זיי, פֿעלן פֿאָרט אינעם באַריכט היפּשע הונדערטער סטודענטן — למשל, די אַלע וואָס באַטייליקן זיך אין די פֿאַרשיידענע זומער־פּראָגראַמען, אָדער וואָס לערנען זיך אין די קלאַסן בײַם אַרבעטער־רינג, אין די ייִדישע קהילה־צענטערס, אין די שילן. אָבער אַזוי ווי יענע זײַנען אויך אָפֿט ניט קיין אוניווערסיטעט־סטודענטן, דאַרפֿן זיי אפֿשר אויך אויסנבלײַבן…

דער דעמאָגראַפֿישער הויכפּונקט פֿונעם ייִדיש־לימוד אין אַמעריקע איז זיכער געווען קווינס־קאָלעדזש אין די 1970ער יאָרן; אין 1974 האָט מען דאָרט געציילט קנאַפּע 600 ייִדיש־סטודענטן! פּראָפֿ’ חוה לאַפּין, וואָס האָט דאָרט געלערנט צענדליקער יאָרן, האָט דערציילט אויף גאָלדבערגס לעקציע, אַז יענע צײַט איז געווען אַן אויסנעמיקע: די גאַנצע יוגנט האָט געקאָכט מיט „זוכן די וואָרצלען‟ און „עטנישע געפֿילן‟. פּראָפֿ’ יוסף לאַנדיס האָט געמאַכט קווינס־קאָלעדזש פֿאַרן צענטער פֿונעם באַנײַטן אינטערעס צו ייִדיש, אויך אַרויסגעגעבן אַן אַקאַדעמישן זשורנאַל אויף ענגליש, „ייִדיש‟.

ס’איז אַ סבֿרא, אַז יענע גאָלדענע צײַטן וועלן זיך מער ניט אומקערן, און אַז דער ייִדיש־לימוד וועט זיך ווײַטער מוטשען אויף לאַנגע יאָרן מיט רעלאַטיוו ווייניק סטודענטן — הלוואַי ווײַטער נישט ערגער! אָבער מע דאַרף זיך נאָך ניט מייאש זײַן, ווײַל אַנדערע ירושה־שפּראַכן זײַנען דווקא געוואָרן מער פּאָפּולער בשעת ייִדיש איז געפֿאַלן. די צאָל סטודענטן פֿון אירלענדיש, למשל, איז זינט 1974 אַרויף 255%, אַ דאַנק אַ ברייטערן אינטערעס צו דער שפּראַך בײַ דער אַמעריקאַנער־געבוירענער יוגנט (כאָטש בסך־הכּל איז דאָס בלויז 213 סטודענטן, ווייניקער ווי בײַ אונדז). מיט האַוואַיִש האַלט נאָך בעסער, ס’איז אַרויף 346%, גאַנצע 669 סטודענטן, ווײַל בײַ די האַוואַיער האָט זיך אַנטוויקלט אַ פֿאַרצווײַגטע באַוועגונג אויפֿצולעבן זייער שפּראַך, אַרײַנגערעכנט מלוכישע שולן אין גאַנצן אויף האַוואַיִש.

וואָס קענען מיר דרינגען פֿון גאָלדבערגס באַריכט? ערשטנס, אַז ס’איז מסתּמא כּדאַי צו לייגן דעם טראָפּ אויף איכות אַנשטאָט כּמות. קיין גרויסע מאַסן ייִדיש־סטודענטן וועלן זיך דערווײַל ניט באַווײַזן, כּל־זמן דער אַלגעמיינער צוגאַנג בלײַבט דער זעלבער אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט. אָבער כאָטש די צאָל סטודענטן איז געפֿאַלן, מיין איך, אַז די קוואַליטעט פֿון די סטודענטן איז געשטיגן. (ניט די קוואַליטעט פֿון זייער ייִדיש, פֿאַרשטייט איר מיך, נאָר פֿון זייער אַלגעמיינער בילדונג.) צווייטנס, איז מעגלעך צו שאַפֿן מער סטודענטן, אויב די שטימונג און דער צוגאַנג זאָלן זיך בײַטן. וואָס מער מע וועט פֿאַרשטאַרקן דעם געזעלשאַפֿטלעכן אימפּולס אויפֿצולעבן די שפּראַך און זי מאַכן פֿאַר אַ וויכטיקן טייל פֿון דער קולטור־ירושה (אַזוי ווי עס האָבן געטאָן די אַמעריקאַנער אירלענדער און די האַוואַיער), אַלץ גרעסער וועט וואַקסן די צאָל סטודענטן. ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן אַן אַנדער אופֿן, ווי אַזוי די צאָל סטודענטן זאָל טאַקע וואַקסן.