פֿרומע ייִדן, וואָס שטימען פֿאַר „חד״ש‟

Orthodox Jews Who Vote For Hadash

פּראָפֿעסאָר בצלאל־ייִדל (טשאַרלז) מאַנעקין
Facebook
פּראָפֿעסאָר בצלאל־ייִדל (טשאַרלז) מאַנעקין

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 31, 2015, issue of April 17, 2015.

ווען אַ רעכטער רוסישער מתפּלל פֿון דער שיל, וווּ איך האָב געדאַוונט דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת, האָט פֿאָרגעלייגט צו מאַכן אַ „לחיים‟ פֿאַר דעם, וואָס „אונדזערע מענטשן האָבן געוווּנען די וואַלן‟, האָב איך באַמערקט, אַז בנימין נתניהו איז נישט „מײַן מענטש‟ — דערפֿאַר זאָג איך זיך אָפּ פֿון אַזאַ טאָסט.

צווישן אַ סך פֿרומע רוסישע ייִדן איז פֿאַרשפּרייט דער געדאַנק, אַז „עכטע‟ ייִדן מוזן שטיצן די עקסטרעמסטע רעכטע באַוועגונגען. אין דער אמתן, האָבן אַ סך ספֿרדישע און חרדישע ייִדן אין ישׂראל געשטימט דווקא פֿאַר יצחק הערצאָגס בלאָק. פֿאַרשיידענע נישט־ציוניסטישע און אַנטי־ציוניסטישע גרופּעס, פֿאַרבונדן מיט דער „עדה חרדית‟, באַטייליקן זיך בכלל קיינמאָל נישט אין די וואַלן. זיי האָבן אָבער יאָ פּראָטעסטירט קעגן נתניהו אויף די גאַסן פֿון ניו־יאָרק, ירושלים און לאָנדאָן. עס טרעפֿן זיך אויך פּראָמינענטע פֿרומע ייִדן, וואָס האָבן געשטימט פֿאַרן לינק־אַראַבישן בלאָק.

פּראָפֿעסאָר בצלאל־ייִדל (טשאַרלז) מאַנעקין איז אַן אָרטאָדאָקסישער ייִד, וועלכער דינט ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע אינעם מערילענד־אוניווערסיטעט און ווי דער דירעקטאָר בײַם „צענטער פֿון ייִדישע שטודיעס אויפֿן נאָמען פֿון יוסף און רבֿקה מייערהאָף‟. דער 62־יאָריקער פֿאָרשער האָט אָנגעשריבן אַ ריי ביכער וועגן די קלאַסישע ספֿרי־חקירה, מיט אַ פֿאָקוס אויפֿן רמב״ם און רלב״ג, און איז אויך באַקאַנט ווי דער מחבר פֿונעם סאָציאַל־פּאָליטישן בלאָג „מאַגנעס־ציוניסט‟. אַ טייל פֿון זײַן צײַט פֿאַרברענגט ער אין ירושלים, וווּ עס וווינט זײַן משפּחה און זײַן פֿרוי פֿאַרנעמט זיך איצט מיט אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען.

אינעם יאָר 2009 האָט מאַנעקין דערציילט אין זײַן בלאָג וועגן זײַנעם אַ חבֿר, אַ באַקאַנטן ליטעראַטור־פּראָפֿעסאָר פֿונעם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟, וועלכער האָט נאָך אינעם יאָר 1992 אָפּגעשטימט פֿאַר דער לינקער פּאַרטיי „חד״ש‟. מאַנעקין האָט נישט געוואָלט מפֿרסם זײַן, ווער זײַן חבֿר איז, אָבער באַמערקט, אַז דער דאָזיקער ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר דאַוונט אַלע דרײַ תּפֿילות יעדן טאָג מיט אַ מנין. נישט זײַענדיק אַ קאָמוניסט, האָט ער געשטיצט די לינקע צוליב אַ פּראַגמאַטישער סיבה; אַ גרופּע, וואָס קעמפֿט פֿאַר פּראָגרעסיווע דעמאָקראַטישע ווערטן און גלײַכקייט צווישן ייִדן און אַראַבער, קאָן פֿאַרבעסערן דאָס פּנים פֿונעם לאַנד. מאַנעקין האָט באַטראַכט זײַן חבֿרס דעות און פֿון דעמאָלט אָן אויך אָנגעהויבן שטימען פֿאַר „חד״ש‟.

אין זײַן בלאָג, געפֿירט אונטערן פּסעוודאָנים ירמיהו (דזשערי) האַבער, דערציילט מאַנעקין כּסדר וועגן ליבעראַלע און לינק־געשטימטע פֿרומע ייִדן. אַ גאַנצע גרופּע אַזעלכע מענטשן האָט זיך באַטייליקט, צום בײַשפּיל, אין די פּראָטעסטן קעגן די ייִשובֿים און צעשטערונג פֿון פּאַלעסטינער הײַזער אין דער מיזרח־ירושלימער געגנט שייך־דזשאַראַך. עמוס גאָלדבערג, אַן אַנדער לעקטאָר פֿונעם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟ און אַ פּראָמינענטער אָנטיילנעמער פֿון די דאָזיקע פּראָטעסטן, האָט דערקלערט, אַז אינעם בונטן ירושלימער קולטור־לאַנדשאַפֿט זענען מעגלעך חידושדיקע קאָמבינאַציעס. אַמאָל האָבן אין דער שטאָט געוווינט נישט ווייניק פּאָליטיש פּראָגרעסיווע פֿרומע משפּחות; פֿון דער צווייטער זײַט, זענען די אָרטיקע וועטלעכע לינקע לאַוו־דווקא קעגן רעליגיע. ממילא, טרעפֿן זיך אַזעלכע יונגע־לײַט, וואָס קאָמבינירן פֿרומקייט מיטן לינקן פּראָטעסט־אַקטיוויזם.

הײַיאָר, האָט דער אינטערנאַציאָנאַליסטישער „חד״ש‟ זיך פֿאַראייניקט מיט די אַראַבישע פּאַרטייען אין איין בלאָק. מאַנעקין, וועלכער האָט באַקומען די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט אין די 1980ער יאָרן, האָט אויפֿן שטים־פּונקט פֿאַרשפּרייט פֿלוג־בלעטלעך לטובֿת דער „פֿאַראייניקטער רשימה‟. אַן ענגלישע זשורנאַליסטקע האָט זיך פֿאַרחידושט און געפֿרעגט, פֿאַרוואָס זאָל אַ ייִד, בפֿרט אַ פֿרומער, שטימען פֿאַר די אַראַבער?

מאַנעקין האָט אויף דער דאָזיקער קשיא געענטפֿערט, אַז הגם אינעם בלאָק באַטייליקן זיך די אַראַבישער פּאַרטייען, איז עס אַ פֿאַראייניקטע אַליאַנץ, וואָס קעמפֿט פֿאַר אַלגעמיינע בירגערלעכע צוועקן, און אַז ער איז דערצויגן געוואָרן אין אַמעריקע, וווּ אַלע בירגער זענען גלײַך על־פּי געזעץ. להיפּוך, איז דער „פֿאַראייניקטער בלאָק‟ דער איינציקער כּוח אינעם הײַנטיקן ישׂראל, וואָס וויל פֿאַרוואַנדלען ישׂראל פֿון אַ נאַציאָנאַליסטישער מלוכה, וואָס ייִדן זענען די הערשנדיקע באַפֿעלקערונג־גרופּע, אין אַ כּמו־אַמעריקאַנער אַלגעמיינער בירגערלעכער געזעלשאַפֿט.

מיט אַ יאָר צוריק, האָט די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ פֿאַרענפֿטלעכט אַן אַרטיקל וועגן אַ ריי רעליגיעזע ייִדן מיט ענלעכע דעות, לאַוו־דווקא אָרטאָדאָקסישע, מיטן קעפּל „אַ קאָנפֿליקט פֿון אמונה: פֿרום, אָבער נישט מסכּים מיט מדינת־ישׂראל‟. דער מחבר, מאַרק אָפּענהײַמער, הייבט אָן זײַן דערציילונג דערקלערנדיק, אַז טשאַרלז מאַנעקין איז אַ „זעלטענער יחיד‟, וואָס גלייבט, אַז זײַן פּאָליטישע אָריענטאַציע איז באַגרינדעט דווקא אויף דער ייִדישער אמונה.

אין דער אמתן, איז דאָס אַליין זיכער נישט קיין חידוש. ווי געזאָגט, האָבן טויזנט סאַטמאַרער אַנטי־ציוניסטן פּראָטעסטירט נישט לאַנג צוריק קעגן נתניהו צוליב זייערע רעליגיעזע איבערצײַגונגען. דער אמתער חידוש באַשטייט אין דעם, וואָס מאַנעקין איז אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער ייִד, וועלכער האַלט זיך יאָ פֿאַר אַ ציוניסט.

מאַנעקינס בלאָג איז געווידמעט דער צוויי־נאַציאָנאַליסטישער שיטה פֿונעם באַקאַנטן רעפֿאָרמער ראַבינער יהודה־לייב מאַגנעס. ענלעכע פּאָליטישע פּאָזיציעס האָט געשטיצט דער באַרימטער ייִדישער פֿילאָסאָף מאַרטין בובער, אַלבערט אײַנשטײַן און אַנדערע באַקאַנטע ייִדישע פּערזענלעכקייטן. אַ ריי פֿרומע טוער, אַרײַנגערעכנט דעם תּל־אָבֿיבֿער הויפּט־רבֿ משה־אַבֿיגדור עמיאל, האָבן געשטיצט ענלעכע אידעען. די קולטורעלע ציוניסטן באַטראַכטן ארץ־ישׂראל ווי אַ נאַציאָנאַלע היים און וועלט־צענטער פֿון ייִדן און ייִדישקייט, אָבער לייקענען אָפּ דעם פּאָליטישן נאַציאָנאַליזם.

אין זײַן בלאָג, דערקלערט מאַנעקין גאַנץ קלאָר, אַז „ירמיהו האַבער‟ איז זײַן פּסעוודאָנים. דער מחבר האָט דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז ער האָט אַמאָל געוואָלט אָנשרײַבן אַ בוך אויפֿן סמך פֿון רבי יהודהס הלוי באַרימטן ספֿר „כּוזרי‟, וווּ אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע שטודיעס פֿירט אַ דיסקוסיע מיט אַ ציוניסטישן סטודענט מיטן נאָמען דוד קייזער. מאַנעקין קלײַבט זיך נאָך אַלץ צו פֿאַרענדיקן זײַן בוך, אָבער דערווײַל פֿירט ער אַ בלאָג אונטערן נאָמען פֿונעם אויסגעטראַכטן פּראָפֿעסאָר, וועלכער טראָגט דעם נבֿיאיִשן נאָמען ירמיהו.

לינקע ייִדן פּראָטעסטירן צוזאַמען מיט די אַראַבער אין שייך־דזשאַראַך
Getty Images
לינקע ייִדן פּראָטעסטירן צוזאַמען מיט די אַראַבער אין שייך־דזשאַראַך

מאַנעקין האַלט, אַז הגם יהודה מאַנגעס איז נישט געווען אַזאַ טיפֿער דענקער, ווי בובער, איז ער געווען אַן אַקטיוויסט מיט אַ שטאַרקן מאָראַלישן קאָמפּאַס, וועלכער האָט זיך אינטערעסירט מיט דער קלאַסישער ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע און פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָראַט אינעם דאָזיקן געביט. ווען מדינת־ישׂראל האָט דערקלערט איר אומאָפּהענגיקייט, האָט מאַגנעס פֿאָרגעלייגט, אַנשטאָט דער צוויי־נאַציאָנאַלער מלוכה, צו שאַפֿן אַ פֿאַראייניקטע פֿעדעראַציע פֿון פּאַלעסטינע, מיט אַ ייִדישן און אַראַבישן שטאַט. וואָס שייך „חד״ש‟, האָט מאַנעקין דערקלערט אונדזער צײַטונג, אַז ער איז נישט קיין לינקער, נאָר אַן איבערצײַגטער ליבעראַל, דערצויגן אין אַ דעמאָקראַטישער אַמעריקאַנער משפּחה. ער גלייבט אָבער, אַז אין אַ מלוכה מוזן אַלע בירגער זײַן אינגאַנצן גלײַך, דערפֿאַר האָפֿט ער, אַז ישׂראל וועט זיך פֿאַרוואַנדלען פֿון אַן עטנישער מלוכה פֿאַר ייִדן אין אַן עכטער בירגערלעכער געזעלשאַפֿט אינעם ליבעראַלן זין.

מאַנעקין האָט דערקלערט, אַז ער איז אַ מאָדערנער אָטראָדאָקס און געלערנט דרײַ יאָר אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער ישיבֿה. צווישן ייִדן פֿונעם דאָזיקן שניט זענען פֿאַרשפּרייט רעכטע שטימונגען; פּערזענלעך, האָט ער זיך אָבער קיינמאָל נישט געפֿילט אומבאַקוועם אין זײַן שיל, הגם דער דערמאָנטער אַרטיקל אין „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט איבערראַשט אַ טייל זײַנע ענגליש־רעדנדיקע חבֿרים אין ירושלים.

פֿאַרן אָפּמאַך אינעם „קעמפּ דייוויד‟ צווישן אהוד באַראַק און יאַסיר אַראַפֿאַט און דער צווייטער „אינטיפֿאַדע‟, איז מאַנעקין געווען אַ ליבעראַלער ציוניסט. דערנאָך, ווי ער דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟, האָט ער אָנגעהויבן שטיצן מער די פּאַלעסטינער און דעם נוסח פֿון יהודה מאַגנעסעס נישט־פּאָליטישן נוסח פֿון ציוניזם.

דער פּראָפֿעסאָר האָט באַמערקט, אַז אויף זײַן געדאַנקען־גאַנג האָט שטאַרק געווירט דער באַרימטער פֿילאָסאָף ישעיהו לייבאָוויטש, אויך אַ פֿרומער ייִד, און הרבֿ יהושע ראַדלער־פֿעלדמאַן, וועלכער האָט געשריבן אונטערן פּסעוודאָנים ר׳ בנימין. מאַנעקין גלייבט, אַז אויב די ישׂראלדיקע רעגירונג זאָרגט זיך וועגן דעמאָקראַטיע, וועט זי מוזן ווערן אַ בשותּפֿותדיקע ייִדיש־אַראַבישע מלוכה. אַדרבה, ווי ער דערקלערט אין איינעם פֿון זײַנע לעצטע אַרטיקלען, קאָן נתניהוס וואַלן־נצחון זיך אויסשפּילן דווקא לטובֿת די פּאַלעסטינער, ווײַל זײַן רעכטע רעגירונג וועט אַרויסרופֿן נײַע בויקאָטן, סאַנקציעס און קאָנפֿליקטן, און ממילא וועט צווינגען ישׂראל זיך אָפּצוזאָגן פֿון רעכטער פּאָליטיק און אָנצונעמען דעם ליבעראַל־דעמאָקראַטישן מאָדעל. לויט מאַנעקינס השערה, קאָן זײַן, אַז דווקא נתניהו וועט גורם זײַן דעם צוקונפֿטיקן נצחון פֿון אַזעלכע אָפּאָנענטן, ווי די „חד״שניקעס‟.

ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז נישט אַלע „חד״שניקעס‟ און זייערע מיטגייער זענען טאַקע עכטע אינטערנאַציאָנאַליסטן. אַחוץ דעם אַראַבישן נאַציאָנאַליזם פֿון געוויסע מיטגלידער, איז צווישן אַ טייל ייִדישע פֿאָרשטייער פֿון דער דאָזיקער פּאַרטיי פֿאַרשפּרייט שׂינאה צו די פֿרומע און אַ מיאוסער סנאָביזם פֿון דער אַלטער אַשכּנזישער עליט. מײַנע וועלטלעכע ישׂראלדיקע חבֿרים, וואָס רעפּרעזענטירן דעם קליינעם לינקן סעקטאָר צווישן די רוסישע עולים און האָבן אויך געשטימט הײַיאָר פֿאַר דער „רשימה‟, זענען אומצופֿרידן מיט דעם, וואָס צווישן די „חד״שניקעס‟ טרעפֿן זיך אַזעלכע טוער, ווי אורי אַבֿנרי, וועלכער באַציט זיך צו די „רוסן‟ ווי צו אַ „באַרבאַרישער‟ פֿינפֿטער קאָלאָנע.

אַזוי צי אַזוי, ווײַזט דער בײַשפּיל פֿון אַ פּראָמינענטן פֿרומער פּראָפֿעסאָר, אַז די פֿרומע וועלט איז נישט אַזוי מאָנאָליטיש רעכט געשטימט. צווישן די אָטראָדאָקסישע ייִדן טרעפֿן זיך פֿאָרשטייער פֿון היפּוכדיקע טענדענצן, אַרײַנגערעכנט דעם וועלטלעכן אינטערנאַציאָנאַליזם פֿון „חד״ש‟.