ישׂראל רודניצקי איז אַן אָפֿטער גאַסט אין פּוילן. לעצטנס, האָט ער געהאַלטן אַ לעקציע וועגן זײַנע איבעלעבענישן ווי אַ ייִדיש ייִנגל אין דער צווייטער וועלט־מלחמה אין פּוילן, אינעם פֿאָלקס־אוניווערסיטעט בײַם ייִדישן צענטער אין וואַרשע. רודניצקי האָט געבראַכט מיט זיך זײַן נײַ בוך, „ווען די מלחמה הייבט זיך אָן אַ טאָג שפּעטער‟.
פּערזענלעכע באַריכטן האָבן אין זיי אַ כּוח, וואָס קיין שום געשיכטע־ביכער פֿאַרמאָגן נישט. זיי דערציילן די וועלט־געשיכטע נישט אויף אַן אַבסטראַקטן אופֿן, נאָר דורך די אויגן פֿונעם דערציילער; אין דעם פֿאַל, אַ ייִנגל פֿון 14 יאָר.
„די ראַדיאָ־הילכערס, צווישן איין מלחמה־מאַרש און אַ צווייטן, גיבן איבער, אַז די דײַטשישע טאַנקען זענען אַריבער די פּוילישע גרענעץ לעבן פּאָזנאַן… אָבער וועמען אַרט עס? מיך גייט עס בכלל ניט אָן. איך גיי הײַנט אין שול, אין מײַן נײַער אוניפֿאָרעם. איך וויל, אַז אַלע זאָלן זען: אַ טונקל-בלויער זשאַקעט מיט אָפּגעלייגטע קלאַפּקעס, זילבערנע גלאַנציקע קנעפּ, צוויי רײען, און העל־בלויע קאַנטן אויף די מאַנזשעטן, און דער נומער אויפֿן לינקן אַרבל, בײַם אַקסל — 976.‟
פֿאַרשטייט זיך, אַז באַלד וועט די וועלט אין גאַנצן אַנדערש אויסזען פֿאַרן ייִדישן ייִנגל, אָבער דווקא דער דאָזיקער קינדערישער אַרײַנפֿיר מאַכט דעם איבערקער אַזוי דראַמאַטיש.
רודניצקי איז עולה געווען אין מדינת־ישׁראל אין 1961. ער איז געקומען אין סוכנות, וווּ צוויי פֿרויען זענען געזעסן בײַ קליינע טישלעך און פֿאַרשריבן אויף שרײַבמאַשינקעס די מלחמה-זכרונות פֿון די נײַע עולים. אין די ישׂראלדיקע צײַטונגען האָבן זיך דעמאָלט באַוויזן העסלעכע אַרטיקלען קעגן די באַפֿרײַטע פֿון געטאָ און לאַגערן, אַז זיי זענען געגאַנגען ווי שאָף צו דער שחיטה, ניט קעגנגעשטעלט זיך דער נאַצישער אַרמיי, ווי פּלמ״ח און אצ״ל קעגן די ענגלענדער…
הײַנט, שרײַבט רודניצקי, האָט זיך די לאַגע געביטן. מען וויקלט אײַן די ניצול-געבליבענע אין וואַטע, אָבער מען מאַטערט זייערע אייניקלעך, מען צווינגט זיי צו זען די גאַז-קאַמערן, אַנשטאָט צו לערנען די געשיכטע פֿון ביכער און פֿאָרשונגען וועגן דער ריזיקער טויזנט־יאָריקער קולטור פֿון די ייִדן אין פּוילן.
רודניקצקיס כּוונה אינעם בוך איז, אַז זײַנע אייניקלעך „זאָלן געפֿינען כאָטש אַ קליינע שפּאַרונע אין דער משוגע געוואָרענער דיגיטאַלישער וועלט… כּדי ארײַנצוקוקן אין זייער זיידנס פֿאַרלוירענער וועלט‟.
אונדזערע דײַטשישע שכנים האָבן געעפֿנט אין בערלין אַ נײַעם פּאָרטאַל פֿאַר חורבן־פֿאָרשונג, דער גרעסטער אין אייראָפּע. דער געדאַנק איז צו שאַפֿן אַ מעגלעכקײט צו געפֿינען מאַטעריאַלן פֿון די פֿאַרשיידענע אייראָפּעיִשע און ישׂראלדיקע אינסטיטוטן און אַרכיוון — אַלץ אויף איין אָרט. דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד שטיצט פֿינאַנציעל די דאָזיקע איניציאַטיוו אונטערן נאָמען EHRI, אָדער אייראָפּעיִשער פֿאָרש־אינסטיטוט פֿון חורבן — אַזאַ צענטער וואָלט מסתּמא נישט געקאָנט אויפֿשטיין אין פּוילן, נישט נאָר ווײַל די דײַטשן האָבן מער געלט.
די פּראָבלעם וואָס מיר האָבן אין פּוילן איז, אַז דער צוגאַנג צו אַקאַדעמישער פֿאָרשונג בכלל און חורבן־פֿאָרשונג בפֿרט איז נישט אַלעמאָל אַן ערנסטער. נעמט, למשל, דעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט, וואָס פֿאַרנעמט זיך יאָ מיט דער חורבן־פֿאָרשונג, אָבער קיין ייִדיש קענען די סטודענטן דאָרטן זיך נישט לערנען. בכלל, דאָס רובֿ חורבן־פֿאָרשער אין פּוילן קענען נישט קיין ייִדיש. זיי קענען נישט לייענען קיין דאָקומענטן, ווי למשל, עמנואל רינגלבלומס כּתבֿים און אַ סך אַנדערע.
אין פּוילן און מסתּמא אין אַ סך אַנדערע לענדער אויך, ווערן ליטעראַרישע טעקסטן נחלת־הכלל, אַנטדעקט פֿאַר דער געזעלשאַפֿט נאָך זיבעציק יאָר. פֿאַר וואָס קענען דײַנע קינדער ירשענען דײַן דירה, אָבער נישט דײַנע כּתבֿים ווייס איך נישט. אָבער מילא.
אין פּוילן זענען דאָ אַ סך מענטשן, וואָס ווילן נוצן די טעקסטן פֿון יאַנוש קאָרטשאַק פֿאַר טעאַטער, פֿילם וכדומה. יאַנוש קאָרטשאַק איז געווען אַ דאָקטער און דער דירעקטאָר פֿון אַ יתומים־הויז אין וואַרשע.
קאָרטשאַק איז געגאַנגען מיט זײַנע קינדער אין די גאַז-קאַמערן פֿון טרעבלינקע, הגם אַ דײַטשישער אָפֿיצער האָט געוואָלט אים ראַטעווען פֿון טויט, נישט די קינדער. דער דײַטש האָט פּשוט ליב געהאַט זײַנע ביכער.
דאָס איז געווען אין אויגוסט 1942. נאָר וואָס זשע? לויטן פּוילישן געזעץ זענען די אומגעקומענע אין דער מלחמה אָן פּאַפּירן, אָפֿיציעל געשטאָרבן אַ יאָר נאָכן קריג, דאָס הייסט, אין יאָר 1946. ווער ס’איז געבליבן לעבן, האָט געהאַט אַ יאָר זיך צו מעלדן. ערשט דעמאָלט, ווען קיינער מעלדט זיך נישט, דערקלערט מען אים ווי אַ טויטער.
די פֿונדאַציע NOWOCZESNA POLSKA האָט אָבער געטענהט אין געריכט, אַז אינעם פֿאַל פֿון יאַנוש קאָרטשאַק האָבן מיר גענוג ראיות צו וויסן, אַז ער איז אומגעקומען דעם 7טן אויגוסט 1942. במילא זענען שוין אַוועק זיבעציק יאָר פֿון זײַן טויט, און די דאָזיקע פֿונדאַציע קען אַרויסגעבן די ווערק אויף איר אינטערנעט־זײַטל. נאָך דרײַ יאָר דעבאַטעס האָט דער געריכט באַשלאָסן, אַז די פֿונדאַציע איז טאַקע גערעכט.
קאָרטשאַק איז געווען נישט נאָר אַ שרײַבער, נאָר אַ באַקאַנטער דערציִער דערצו. זײַן מאָטאָ איז געווען, אַז אַ קינד דאַרף מען דערציִען ווי אַ מענטש, נישט עפּעס ווי אַן אומוויסנדיק באַשעפֿעניש. קיין ליגן דאַרף מען די קינדער נישט דערציילן. ווען ס׳איז אָבער געקומען דער מאָמענט צו פֿאָרן קיין טרעבלינקע, האָט קאָרטשאַק געמאַכט אַן אָנשטעל, אַז סע גייט די רייד וועגן אַ נאָרמאַלער נסיעה. ער האָט נישט דערציילט די קינדער דעם אמת, כּדי זיי זאָלן זיך נישט דערשרעקן. ווער ווייסט, ווען ער דערציילט זיי יאָ דעם אמת, וואָלטן אפֿשר עטלעכע פֿון זיי זיך געראַטעוועט. קינדער זענען מסוגל צו טאָן כּל־המינים אויסטערלישע זאַכן, און נסים קענען זיך אַ מאָל טרעפֿן אויך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.