יציאת־לוגאַנסק

Exodus From Lugansk

מאַשע שומאַצקאַיאַ איז אַנטלאָפֿן פֿון דאָנעצק אין יוני 2014
Uriel Heilman
מאַשע שומאַצקאַיאַ איז אַנטלאָפֿן פֿון דאָנעצק אין יוני 2014

פֿון בען סיילס און אוריאל הײַלמאַן (ייִט״אַ)

Published April 01, 2015, issue of April 17, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

בלויז זינט יאַנואַר, האָט די אוקראַיִנער וואַלוטע, די הריוונאַ, פֿאַרלוירן אַ העלפֿט פֿון איר ווערט. לויט דער „יו־ען‟, זענען כּמעט 1 מיליאָן אוקראַיִנער שוין אַנטלאָפֿן פֿון זייערע היימען.

דער קיִעווער צווײַג פֿון „דזשוינט‟ האָט דערווײַל געהאָלפֿן מער ווי 600 ייִדישע פּליטים, מיט דער הילף פֿון דער אָרגאַניזאַציע, „אינטערנאַציאָנאַלער ברודערשאַפֿט פֿון קריסטן און ייִדן‟, וואָס האָט זינט דעצעמבער 2013 געשאָנקען מער ווי 19 מיליאָן דאָלאַר צו העלפֿן די ייִדישע פּליטים. דורך „חסד‟ און „ביתינו‟ — אַן אָפּטייל פֿון „דשוינט‟, געווידמעט יוגנט־ און משפּחה־פּראָגראַמען — באַקומט יעדע נײַע משפּחה במשך פֿון 3—6 חדשים סובסידיעס פֿון בערך $250 אַ חודש אויף עסן, קליידער, טואַלעטן־זאַכן, מעדיקאַמענטן און דירה־געלט. די צענטערס אָרגאַניזירן אויך פּראָגראַמען פֿאַר עלטערע לײַט און אַ זונטיק־שול פֿאַר קינדער.

קינדער פֿון דער רוסיש־רעדנדיקער מיזרח־אוקראַיִנע מוזן זיך אויך צופּאַסן צו אוקראַיִניש־שפּראַכיקע שולן. אין אַ קיִעווער חב״ד־שול, „אור אַבֿנר‟, זענען צו די 160 ביז־איצטיקע תּלמידים צוגעקומען 15 פּליטים, און די שול באַזאָרגט די נײַ־געקומענע מיט פּריוואַטע אוקראַיִניש־לעקציעס, און גיט זיי קליידער און טעגלעכע געקאָכטע מאכלים אַהיימצונעמען.

הגם אַ פּסיכאָלאָג טרעפֿט זיך מיט די נײַ־געקומענע תּלמידים יעדע וואָך, מײַדט די שול אויס צו רעדן מיט זיי וועגן דער מלחמה. די לערער מײַדן אויך אויס די קאָנטראָווערסאַלע טעמע, און דערציילן זיי גיכער חומש־מעשׂיות, וואָס באַטאָנען די וויכטיקייט פֿון הכנסת־אורחים.

„קינדער זענען זייער שפּירעוודיק, און ווען די עלטערן זענען אָנגעשטרענגט, ווײַל זיי האָבן פֿאַרלוירן די שטעלע און זייער גורל איז אומבאַוווּסט, זענען זייערע קינדער אויך באַזאָרגט,‟ האָט באַמערקט עלקע אינאַ מאַרקאָוויטש, די גרינדערין פֿון דער שול.

„די אוקראַיִנער ייִדן געפֿינען זיך אין אַ דילעמע,‟ האָט דערקלערט דער דאָנעצקער רבֿ פּינחס ווישעצקי, וועלכער איז אַליין אַוועק קיין קיִעוו אין אויגוסט 2014 און פֿירט אָן מיט דער דאָנעצקער קהילה פֿון דער ווײַטנס. „מיר פֿאַרשטייען, אַז זיי דאַרפֿן אויפֿפּאַסן אויף די ייִדן פֿון זייער אייגענער קהילה איידער זיי קאָנען זיך פֿאַרנעמען מיט די פּליטים. לאָמיר האָפֿן, אַז דער אייבערשטער וועט אונדז אויך העלפֿן.‟