אַבא קאָוונערס „ניצלעכער עבֿר‟

Abba Kovner's "Useful Past"

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published April 02, 2015, issue of April 17, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אָבער זײַנע באַציִונגען מיט דער ייִדישער פֿירערשאַפֿט, בפֿרט מיט דעם עלטערן דור, זײַנען געװען װײַט ניט קײן גלאַטיקע. אױף אַ באַגעגעניש לכּבֿוד דעם 30סטן יאָרטאָג פֿונעם אױפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ האָט קאָװנער קריטיקירט די פּױלישע ייִדישע פֿירערשאַפֿט פֿאַר דעם, װאָס בײַם אױסבראָך פֿון דער מלחמה זײַנען זײ אַנטלאָפֿן קײן װילנע און װײַטער קײן ארץ־ישׂראל, איבערלאָזנדיק זײערע מיטגלידער אױף הפֿקר. בלױז די יונגע אָנפֿירער פֿון „השומר הצעיר‟ (און ער האָט ספּעציעל באַטאָנט דאָס װאָרט „הצעיר‟, באַמערקט פּורת) זײַנען געװען געטרײַ זײער שליחות און פֿאַרבליבן מיט זײערע חבֿרים.

פּורת דערקלערט, אַז אין מישפּטן די פֿאַרגאַנגענע טראַגישע געשעענישן דרײַסיק יאָר שפּעטער, האָט זיך קאָװנער „באַנוצט מיט די קריטעריעס, לױט װעלכע ער און זײַנע חבֿרים האָבן געלעבט דעמאָלט, װען זײ זײַנען געװען יונג און אידעאַליסטיש, גרײט צו גײן אין אײנעם ביזן סוף, ניט טראָגנדיק קײן אַחריות פֿאַר די משפּחות‟.

קאָװנערס װעלטבאַנעם איז אױסגעפֿורעמט געװאָרן אין דער אידעאַליסטישער סבֿיבֿה פֿון װילנער יוגנט־באַװעגונג און האָט זיך קױם געענדערט אין די שפּעטערע יאָרן. זײַן קוק אױף דער װירקלעכקײט איז געװען שטאַרק באַפֿאַרבט דורך זײַן האַרטנעקיקן אידעאַליזם. אין דער געטאָ האָט ער זיך צומאָל אַפֿילו אָפּגעזאָגט צו אָנערקענען די ענדגילטיקײט פֿון טױט. פּורת פֿאַרסך־הכּלט: „די טראַדיציע, אין װעלכער זײ זײַנען אױפֿגעצױגן געװאָרן, האָט געהאַלטן, אַז דער כּלל איז װיכטיקער פֿונעם יחיד, די צוקונפֿט איז װיכטיקער פֿונעם איצט, דער אידעאַל איז װיכטיקער פֿונעם לעבן.‟

דער קאָנפֿליקט צװישן דעם אידעאַל און דער װירקלעכקײט האָט זיך טראַגיש פֿאַרשפּיצט אינעם לעצטן יאָר פֿון דער געטאָ, װען קאָװנער און זײַנע חבֿרים האָבן זיך געשטעלט מיט געווער קעגן די דײַטשן. אַנדערע, און צװישן זײ זעליק קלמנאָװיטש, פֿאַר װעמען קאָװנער האָט געהאַט אַ סך דרך־ארץ, זײַנען ניט מסכּים געװען מיט דער דאָזיקער טאַקטיק, װײַל זי װאָלט אַראָפּגעבראַכט אַ זיכערן חורבן אױף דער געטאָ. קאָװנער האָט שפּעטער געשריבן, אַז װאָלט ער דעמאָלט געװען צען יאָר עלטער, װאָלט ער מסתּמא מסכּים געװען מיט קלמנאָװיטשן.

אין ישׂראל איז קאָװנער געװען פֿאַרטאָן אין דער ליטעראַרישער און עפֿנטלעכער טעטיקײט; אָבער ער האָט געזען זײַן שליחות ניט אין דעם דערצײלן די געשיכטע פֿונעם חורבן. פּורת ציטירט זײַן בריװ צו דער טאָכטער: „אין דער אמתן, ברענג איך ידיעות ניט װעגן די געשעענישן, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען אינעם עבֿר, נאָר װעגן דעם צער, װאָס איז אַ טײל פֿונעם לעבן, װײַל אַזאַ איז דער דרך פֿונעם לעבן. אין דער סאַמע טיפֿסטער פֿאָרעם האָט זיך דער צער פֿאַרקערפּערט אינעם חורבן.‟

דער חורבן איז פֿאַר קאָװנער געװען אַן אױסגאַנג־פּונקט פֿאַר אַלע געשיכטעס, דער יסוד פֿון דער גאַנצער קולטור.