אין מערץ איז איבער דער וועלט־פּרעסע פֿאַרשפּרייט געוואָרן דאָס בילד פֿון קאָפּענהאַגען: אַ גרופּע אײַנוווינער פֿון דער דענישער הויפּטשטאָט האָבן זיך אויסגעשטעלט אַרום דער כאָר־שיל, אויף וועלכער ס‘איז מיט אַ חודש פֿריִער אָנגעפֿאַלן אַן אָרטיקער איסלאַמיסט און דערהרגעט אַ ייִד. הגם די אונטערשריפֿט אונטער דעם בילד איז געווען: „דענישע מוסולמענער דריקן אויס זייער סאָלידאַריטעט מיט ייִדן‟, איז צווישן דער גאַנצער גרופּע געווען בלויז איין מוסולמענישע משפּחה, די איבעריקע באַטייליקטע אין דער אַקציע זײַנען געווען עקאָלאָגיסטן, קעמפֿער פֿאַר חיות־רעכט, פֿאַרטיידיקער פֿון סעקסועלע מינאָריטעטן, און אַנדערע שטענדיקע אָנטייל־נעמער פֿון כּל־מיני געזעלשאַפֿטלעכע גאַסן־אַקציעס.
אַנדערע פּראָטעסט־אַקציעס: אין פּאַריז איז פֿײַערלעך (אויף צו־להכיעס אַלע שׂונאים) ווידער געעפֿנט געוואָרן די כּשרע קראָם, וווּ די איסלאַמיסטן האָבן דערהרגעט פֿיר ייִדן. אין בריסל איז דורכגעגאַנגען דער „שלום־מאַרש‟, אויף וועלכן די באַטייליקטע האָבן געטראָגן לאָזונגען קעגן אַנטיסעמיטיזם און קסענאָפֿאָביע. וועגן זייער סאָלידאַריטעט מיט ייִדן האָבן דערקלערט די פּאָליטיקער פֿון דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך, טשעכיע.
ווי דאַרף מען דאָס אַלץ פֿאַרשטיין? מעגלעך, אַז עס זײַנען געשען וויכטיקע ענדערונגען אין דער געזעלשאַפֿטלעכער שטימונג פֿון אייראָפּע מכּוח ייִדן? מ‘האָט זיך געכאַפּט, אַז מע דאַרף פֿאַרטיידיקן די ייִדישע קרבנות פֿון איסלאַמיסטישן טעראָריזם?
אין תּוך גערעדט, זײַנען קיין שום „ענדערונגען‟ נישט געשען. שוין זשע באַוויינט מען אין אייראָפּע די ייִדישע קרבנות צום ערשטן מאָל?! איז לאָמיר טאַקע דערמאָנען די געשיכטע, וואָס איז געווען זייער פֿאַרשפּרייט אין אייראָפּע אין די ערשטע נאָך־מלחמה־יאָרן. בעת די נאַציס האָבן אָקופּירט דעם דענישן קיניגרײַך אין 1940, האָבן די אָרטיקע אײַנוווינער אויך צוגעטשעפּעט צו זייערע בגדים די געלע לאַטע. נאָך מער: דער קיניג אַליין, קריסטיאַן דער 10טער, האָט ווי אַ פּראָטעסט אָנגעטאָן אַ געלן שמאַטענעם מגן־דוד, און איז מיט אים אַרומגעפֿאָרן איבער דער שטאָט.
די דאָזיקע געשיכטע פֿלעגט אַרויסרופֿן אַ ים מיט טרערן, בפֿרט בײַ יענע ייִדן, וועלכע האָבן זייער געוואָלט גלייבן, אַז נאַציזם, גאַז־אויוונס, און דער חורבן בכלל האָט צו טאָן בלויז מיט אַ קופּקעלע נאַצישע פֿאַרברעכערס אין שפּיץ מיט היטלערן. וואָס שייך אייראָפּע, האָבן אַזעלכע ייִדן זי געמאָלט ווי אַן אָרט, וווּ עס איז אויפֿגעקומען די מענטשלעכע קולטור, דעמאָקראַטיע, הומאַניזם, ליבעראַליזם און אַנדערע מוסטערן פֿון ציוויליזאַציע. דאָס גלייבן אין דעם, אַז דער חורבן־אייראָפּע איז נישט מער ווי אַ מין צײַטווײַליקער טראַגישער קער אויפֿן גלײַכן היסטאָרישן וועג, האָט געבראַכט דערצו, אַז די סענטימענטאַלע געשיכטע וועגן דעם דענישן קיניג זאָל זיך גיך פֿאַרשפּרייטן איבער דער וועלט.
עס זײַנען אַוועק יאָרן, און ס׳איז קלאָר געוואָרן, אַז די געשיכטע וועגן דעם וווילן קיניג איז נישט מער ווי אַ שיין מעשׂהלע, אַ לעגענדע. פֿון דעסטוועגן, וואָלט געווען נישט יושרדיק צו פֿאַרשווײַגן דעם פֿאַקט, אַז די דענישע געזעלשאַפֿט האָט באמת אויפֿריכטיק מיטגעפֿילט זייערע ייִדישע שכנים. קיין פֿאַלן פֿון איבערגעבן ייִדן אין די „געסטאַפּאָ‟־הענט מצד די דענישע אײַנוווינער, ווי ס׳איז געשען אויף שריט און טריט אין פֿראַנקרײַך אָדער אין פּוילן, אין שווײץ, בעלגיע אָדער גריכנלאַנד זײַנען אין דענמאַרק נישט געווען. שוין אָפּגערעדט, אַז צום ייִדישן האָב־און־גוטס האָט זיך קיינער נישט צוגערירט.
נישט די דענישע רעגירונג, נישט די בענק, נישט די אינדוסטריעלער, נישט די קונסט־גאַלעריעס און פּריוואַטע קאָלעקציעס זײַנען רײַכער נישט געוואָרן אויפֿן חשבון פֿון דער ייִדישער דערנידערונג און פֿאַרניכטונג. פֿרעגט זיך טאַקע: צוליב וואָס זשע האָט מען דאָ געדאַרפֿט האָבן די מעשׂה וועגן דעם קיניג מיט דער געלער לאַטע?
ווי נאָר צו די בלוטיקע שלאַכטן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה איז געקומען אַ סוף און מ׳האָט אָנגעהויבן אונטערצוציִען די סך־הכּלען פֿון די מענטשלעכע קרבנות, איז די וועלט פֿאַרציטערט געוואָרן פֿון דער שוידערלעכער סטאַטיסטיק. באַזונדערס, פֿון די ייִדישע קרבנות. די אייראָפּעיִשע פּאַליטיקער, באַנקירן, פֿאַבריקאַנטן און סתּם אַ סך בירגער זײַנען נישט בלויז פֿאַרציטערט געוואָרן, נאָר ס‘האָט זיי באַפֿאַלן אַן אימת־מוות; זיי האָבן דאָך גוט געוווּסט, „וועמענס פֿיש האָט די קאַץ געגנבֿעט!‟ זיי האָבן געוווּסט, אַז נישט בלויז די דײַטשן וועלן מוזן האַלטן אַן ענטפֿער, נאָר אויך די פֿראַנצויזן, עסטרײַכער, פּאַליאָקן, אונגאַרן, ליטווינער, רומענער — די אַלע פֿעלקער, וואָס האָבן צוזאַמען מיט די דײַטשן זיך באַטייליקט אינעם פֿאַרניכטן און ראַבעווען די ייִדן.
דווקא אין דער צײַט האָבן אָנגעהויבן אויפֿצוקומען פֿאַרשידענע מעשׂיות און לעגענדעס אויפֿן סמך פֿון דעם מעשׂהלע וועגן דעם דענישן קיניג.
הײַנט אין דער מלחמה, וואָס עס פֿירט דער איסלאַמישער טעראָריזם קעגן דעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום, באַטייליקן זיך אַ שלל מוסולמענישע אָרגאַניזאַציעס, ראַדיקאַלע פּריידיקער און מעדיאַ, וועלכע ווערט פֿינאַנצירט פֿון סאַודיע און קאַטאַר מיט אַ ברייטער האַנט. (דער הויפּט־אינוועסטאָר פֿון דער פּאָפּולערער פּריוואַטער טעלעוויזיע־קאָמפּאַניע Euronews, וואָס געפֿינט זיך אין דער פֿראַנצויזישער שטאָט ליאָן איז… קאַטאַר.)
אויפֿן ערשטן בליק שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די אייראָפּעיִשע רעגירונגען שטעלן זיך קעגן דעם איסלאַמישן טעראָריזם און דער ווירקונג פֿון די מוסולמענישע געמיינדעס אין זייערע לענדער, וואָס האַלט אין איין וואַקסן. און ס׳איז טאַקע אַזוי, ווען עס האָט צו טאָן מיט די אָרטיקע רעגירונגען און דער נאַציאָנאַלער עליט. ווען עס קומט אָבער צו דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, מאַכט מען דערפֿון קיין גרויסן צימעס נישט; עס גייט דאָך אַ רייד וועגן באַזונדערע פֿאַלן — אַן אָנפֿאַל אויף אַ ייִד, אַ גרופּע ייִדן, אויף אַ שיל, בית־עולם…
נאָך מער: כ׳בין כּמעט זיכער, אַז ווען די טעראָריסטן וואָלטן אין יענע טראַגישע טעג אָנגעפֿאַלן נאָר אויף דער פּאַריזער כּשרער קראָם און אומגעבראַכט נאָר די עטלעכע ייִדן, וואָלט קיין מיליאָניקער פּראָטעסט־מאַרש געוויס נישט געווען. אין בעסטן פֿאַל, וואָלט דער סעקרעטאַר בײַם פֿראַנצייזישן פּרעזידענט איבערגעלייענט אַ טרויער־אויסדרוק…
אין דער זעלבער צײַט האָבן די רעגירונגען פֿון אייראָפּעיִשע לענדער נישט ווייניק מעגלעכקייטן אָפּצושטעלן דאָס איסלאַמיסטישע הפֿקרות קעגן די ייִדן, אָבער זיי טוען עס נישט. פֿאַר וואָס, פֿרעגט זיך? דער אויספֿיר איז קלאָר: זיך האַלטנדיק בײַ דער אַלטער אויסגעפּרוּווטער טראַדיציע, פֿירן די אייראָפּעער אָפּ פֿון זיך די ווילדע ענערגיע פֿון די מוסולמענישע מאַסן, און ריכטן זיי אָן אויף זייערע ייִדישע שכנים. נאָך מער: אייראָפּע אַליין פֿירט אַ מיאוסע געהיימע מלחמה קעגן ישׂראל. די דאָזיקע מלחמה ווערט אַלץ שטאַרקער פֿון טאָג צו טאָג. דעריבער האָבן די אייראָפּעיִשע ייִדן זיך אַליין געמאַכט פֿאַר ערבֿניקעס אין די הענט פֿון דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. די אייראָפּעיִשע רעגירונגען גיבן קלאָר צו פֿאַרשטיין דער ישׂראל־רעגירונג: אָדער איר וועט טאָן וואָס מיר הייסן אײַך, אָדער ס‘וועלן דערפֿון לײַדן דאָ אײַערע ברידער און שוועסטער.
און פֿאָרט, צאַפּלט נאָך ביז הײַנט אינעם האַלטן האַרץ פֿון אייראָפּע דער פּחד פֿאַר יענע ווײַטע טעג פֿון נאָך דער מלחמה, ווען מ׳האָט זיך קוים אויסגעדרייט פֿונעם וועלטס־מישפּט פֿאַרן אויפֿגעטאָנענעם. גיסט מען איצט טרערן פֿון „דענישן קיניג‟ — אָט אין קאָפּענהאַגען, אָט אין פּאַריז, אָט אין אין בריסל…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.