(די 2 טע זײַט פֿון 2)
בסך־הכּל, זײַנען אין אַמעריקע דעמאָלט געווען 1,500 חזנים; אַריבער אַ טויזנט פֿון זיי זײַנען געווען ניו־יאָרקער. אָבער זיי האָבן ניט געקענט באַדינען דעם גאַנצן אַמעריקאַנער ייִשובֿ. ווי אַ פּועל־יוצא, האָבן די יום־טובֿים געגעבן אַ שאַנס פֿאַר ישיבֿה־בחרים. די יאַטן, וואָס האָבן זיך אויסגעטויגט אויף אַזעלכע זאַכן, האָבן געמאָנט אַ סך ווייניקער געלט, אָבער זיי זײַנען געווען צופֿרידן אויך מיט אַזאַ פּרנסה.
בינו־לבינו, זײַנען צו יענער צײַט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן געוואָרן די „וווּנדערקינדער‟, וועלכע זײַנען געווען פּאָפּולער אין די פֿריִערדיקע יאָרן, ווען ייִדישע מאַמעס האָבן געזען אין זייערע זיס־זינגענדיקע זין אַ נײַעם יאָסעלע ראָזענבלאַט (1882—1933). אין די מיט־1940ער יאָרן איז די דאָזיקע מאָדע אַדורך. בײַ ייִדישע מאַמעס האָבן זיך באַוויזן נײַע חלומות, למשל, אַז זייער זון זאָל ווערן אַ נײַער פֿרענק סינאַטראַ.
הײַנט קען מען זיך אויסלערנען אויף חזן. עס זײַנען דאָ אַפֿילו גראַדויִר־פּראָגראַמען אין אַ צאָל לערן־אַנשטאַלטן. אין די 1940ער איז קיין אויסשולונג פֿון אַזאַ סאָרט נאָך ניט געווען אָרגאַניזירט, אַזוי אַז יונגע לײַט פֿלעגן זיך לערנען פּריוואַט, בײַ דערפֿאַרענע מײַסטערס, אָדער פּשוט קויפֿן גראַמאָפֿאָן־פּלאַטעס און זיך לערנען פֿון זיי.
אינטערעסאַנט, אַז אייניקע ייִדן זײַנען געווען מער צופֿרידן מיט ישיבֿה־בחורים איידער מיט די פּראָפֿעסיאָנעלע חזנים. פֿאַר וואָס? ווײַל ישיבֿה־בחורים פֿלעגן ניט מאַכן קיין מאָדערנע קונצן, אַזוי אַז זייער זינגען האָט געקלונגען מער אויטענטיש, ווי אין דער „אַלטער היים‟, בעת אין דעם זינגען פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע חזנים האָבן די ייִדן־אימיגראַנטן געהערט אַ נוסח, וואָס האָט זיי דערמאָנט אָפּערע־זינגער. האָבן זיי געטענהט (און געשריבן אין זייערע בריוו געשיקט אין „פֿאָרווערטס‟), אַז אָפּערע זאָל מען זינגען אין דער אָפּערע, בעת אין זייער שיל האָבן זיי געוואָלט הערן „עכטע‟ חזנישע ניגונים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.