ניו־יאָרק. — מיט טויזנטער יאָרן צוריק, נאָך איידער עס זענען געווען רבנים אָדער גיור־פּראָצעסן, זענען נישט־ייִדן געוואָרן אַ טייל פֿון דער ייִדישער קהילה דורך אַ פּשוטן אופֿן: זיי האָבן חתונה געהאַט מיט ייִדן. שׂרה אמינו איז געווען די ערשטע, און דערנאָך — רבֿקה, לאה און רחל, און טויזנטער אַנדערע. דער צוגאַנג פֿון אונדזערע אָבֿות איז געווען, פּראָסט־און־פּשוט: „האָסטו חתונה מיט אַ ייִד, ביסטו שוין אַן אייגענער‟. הײַנט וואַקסט כּסדר די צאָל אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס האָבן חתונה מיט נישט־ייִדן (80% פֿון די רעפֿאָרם־ייִדן, וועלכע האָבן חתונה געהאַט צווישן די יאָרן 2000 און 2013 האָבן גענומען אַ נישט־ייִדישן מאַן אָדער פֿרוי). הגם טויזנטער פֿון זיי באַשליסן טאַקע זיך מגייר צו זײַן, איז עס ווײַט נישט גענוג.
פֿון דעסטוועגן, האָבן ווייניק ייִדישע כּלל־טוער באַמערקט, אַז אַרום אַ העלפֿט פֿון די מענטשן, וואָס אידענטיפֿיצירן זיך הײַנט ווי ייִדן, האָבן זיך קיין מאָל פֿאָרמעל נישט מגייר געווען. לויט דער „פּיו‟־אַנקעטע פֿון אַמעריקאַנער ייִדן פֿון 2013, האָבן 79,000 געזאָגט, אַז זיי זענען גרים, אָבער 83,000 אַנדערע האָבן זיך דערקלערט פֿאַר ייִדן, כאָטש קיין ייִדישע עלטערן האָבן זיי נישט, און זיי האָבן זיך נישט מגייר געווען.
ווי קען דאָס זײַן? איז דער ענטפֿער אַזאַ: אַ סך האָבן חתונה געהאַט מיט ייִדן. אַנדערע האָבן אַ ייִדישע באָבע אָדער זיידע, און ווילן זיך פֿאַרבינדן מיט זייער ייִדישן אָפּשטאַם. אַ טייל באַצייכענען זיך ווי „גאַנצע‟ ייִדן, און אַנדערע — „טיילווײַזע‟ ייִדן, אַ נײַע דעפֿיניציע, וואָס מע האָט צום ערשטן מאָל דאָקומענטירט אין דער „שטודיע פֿון דער ניו־יאָרקער ייִדישער קהילה: 2001‟.
אַ באַקאַנטע ייִדישע אַקאַדעמיקערין און איר פּראָטעסטאַנט־געבוירענער מאַן, למשל, האָבן דערצויגן זייערע קינדער ווי ייִדן. ער האָט זיך קיין מאָל נישט מגייר געווען, אָבער האָט זיך אויסגעלערנט דעם אַלף־בית, זאָגט קידוש פֿרײַטיק־צו־נאַכטס און באַטייליקט זיך אין אַלע צוגרייטונגען און צערעמאָניעס פֿון די ייִדישע יום־טובֿים. זײַן פֿרוי זאָגט, אַז ווען מע פֿרעגט אים, צי איז ער אַ ייִד, אַ טיילווײַזער ייִד אָדער אַ נישט־ייִד, ענטפֿערט ער: „אַ ייִד!‟
לויט אַ צווייטער „פּיו־שטודיע‟ פֿאַראַיאָרן, זענען ייִדן הײַנט די צום מערסטן באַוווּנדערטע רעליגיעזע גרופּע אין אַמעריקע — אַן אינטערעסאַנטער פֿענאָמען, ווען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז אין די אָנהייב־1960ער יאָרן, האָט מען געהאַלטן די ייִדן ווי די צום ווייניקסטן באַליבטע עטנישע גרופּע אין לאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.