נײַע זינגלידער פֿונעם עסטרײַכער פּאַסטעך

Songs from the Austrian Shepherd

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published April 07, 2015, issue of May 01, 2015.

צווישן די פֿעלדער און בערגלעך פֿון בורגענלאַנד, עסטרײַך, לעבט דער פּאַסטעך האַנס ברויער מיט זײַן משפּחה, וווּ ער פּאַשעט זײַן סטאַדע שאָף, גייענדיק פֿון פֿעלד צו פֿעלד מיט זײַנע געטרײַע דרײַ הונט, וועלכע העלפֿן אים אונטער. פֿון צײַט צו צײַט גלוסט זיך אים אַ זינג טאָן אַ ליד אויף ייִדיש צו די שאָף, און צו מאָל גיט אים די מוזע אַ שטאָך, און ער שאַפֿט אַן אייגן ליד. אָבער ער איז נישט צופֿרידן בלויז צו זינגען צו זײַנע שאָף און דער משפּחה, און זוכט מעגלעכקייטן פֿאָרצושטעלן זײַנע לידער פֿאַר דער דרויסנדיקער וועלט, אָפֿט מיטן בינע־נאָמען „דער וואַנדערער‟ — Der WanDeRer.

אויף דעם נײַעם קאָמפּאַקטל זײַנעם, „צוזאַמען פֿרײַ‟ (Tsuzamn Fray), הערט מען, אַז ברויער האָט פֿאַרברייטערט זײַן מוזיקאַלישע וועלט, און אַרײַנגענומען אין איר פֿאַרשיידענע השפּעות, ווי בערטאָלד ברעכט און קורט ווײַל, פֿלאַמענגאָ, טאַנגאָ און רעגיי. נישט געקוקט אויף דעם סטיל, וואָס מע הערט אין די לידער, איז ברויער דאָך אַ פֿאָלקסזינגער. עס קען זײַן, אַז אַנדערע זינגער וואָלטן אַזאַ באַשרײַבונג פֿאַרשטאַנען ווי אַ באַליידיקונג, אָבער איך גלייב, אַז ברויער וואָלט דאָס אָנגענומען באהבֿה, אַז די באַצייכענונג איז אַ קאָמפּלימענט. ברויער מאַכט נישט קיין אָנשטעל, אַז ער איז אַ טרענירטער אָדער פּראָפֿעסיאָנעלער זינגער. זײַן ציל איז איבערצוגעבן וואָס עס ליגט אים אויפֿן האַרצן, זאָל דאָס זײַן אַ פּאָליטישע פּראָבלעם, אָדער אַ פּערזענלעכער משפּחה־ענין.

וועגן וואָס נאָך זינגט אַ פּאַסטעך? וועגן שאָף, אַוודאי. די רעקאָרדירונג הייבט זיך אָן מיט זײַן אויסטײַטש פֿונעם אונגערישן חסידישן ליד, „סאָל אַ קאָקאַש מאַר — עס קרייעט שוין דער האָן‟, וואָס דער קאַלעווער רבֿ האָט אין 19טן יאָרהונדערט זיך אויסגעלערנט פֿון אַ פּאַסטעך אין פֿעלד. דער רבֿ האָט באַאַרבעט די ווערטער, דאָס ליד זאָל זײַן אין אַ חסידישן גײַסט וועגן דעם אויפֿבוי פֿונעם בית־המיקדש. עס זענען פֿאַראַן עטלעכע רעקאָרדירונגען פֿון דעם ליד, דער עיקר, אויף אונגעריש; אָבער מע זאָל הערן עכטע קלאַנגען פֿון אַ פּאַסטעך ווי אַן אַרײַנפֿיר צום ליד, גלייב איך, קומט דאָ פֿאָר צום ערשטן מאָל. די איבערזעצונג פֿון אונגעריש אויף ייִדיש האָט ברויער אַליין געמאַכט.

„פֿייגעלע‟ איז אַן אָריגינעל ליד, געשאַפֿן אין אַ פּאָפּולערן טעאַטער־סטיל, און דאָס ליד „לימאָנעס! ציטראָנעס‟ קען זײַן דאָס ערשטע ליד אויף ייִדיש, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט די „גרינע‟ סבֿיבֿה־פּראָבלעמען פֿון דער הײַנטיקער וועלט, און מכּוח דער זאָרג, אַז מיר לעבן מיט צופֿיל כעמישע שטאָפֿן.

אין דער קאַפּעליע אויפֿן קאָמפּאַקטל נעמען אָנטייל: ניקאָלאַ זאַריק (אַקאָרדיאָן), פֿראַנץ אָבערטאַלער (קלאַרנעט), אַליאָשע בוז (פֿידל), און מאַריאַ פּעטראָוואַ (פּויקן). האַנס ברויער איז אַ גוטער פֿאָלקסזינגער, און אויב ער קען נישט דערגרייכן אַלע נאָטן ווי אַנדערע זינגער, איז מען אים מוחל, ווײַל מע פֿילט זײַן אויפֿריכטיקייט. למשל, אינעם ליד „מילעך, מילעך‟, שפּילט די גרופּע מיט אַ באַלקאַנישן ריטעם, און ער זינגט וועגן אַ מאַמען, וואָס מוז אויפֿהערן צו זייגן איר אופֿעלע, ווײַל זי ווערט טראָגעדיק נאָך אַ מאָל. זעלטן ווען הערט מען הײַנט אַזוינע אינטימע לידער אויף ייִדיש.

„רעדט איבער ווײַטער‟, אַ ליד אויף דײַטש, דערמאָנט אינעם סטיל פֿון ברעכט און ווײַל, און דערציילט וועגן זײַן שכנה און איר קסענאָפֿאָביע — אַן אַלטע, אָבער שטענדיקע פּראָבלעם נאָך הײַנט אין עסטרײַך.

איינס פֿון די נישט־אָריגינעלע לידער אויף דער רעקאָרדירונג איז „דעם פּאַסטעכס קלאָגליד‟, וואָס ברויער האָט זיך אויסגעלערנט פֿון מאַקס אַבראַהאַם אין אַמעריקע. דאָס ליד איז אין דער טראַדיציע פֿון בערל בראָדערס לידער, וועלכע הייבן זיך אָן מיט דער שורה „איך נעבעך…‟ אַבראַהאַם האָט דאָס געזונגען אין אַ מכירת־יוסף־שפּיל אין דער אַלטער היים. די קאַפּעליע שפּילט דאָס מיט דעם פּאַסיקן רומענישן האָראַ־ריטעם.

ווײַל איך, נעבעך, איך בין אַ פּאַסטעך
איך לעב גאָרנישט אויף דער וועלט.
ווען יעדער פֿרייט זיך
ליג איך באַשטענדיק אין פֿעלד.

אין נאָך איין אָריגינעל ליד אויף דײַטש, „ליבע הייסט לאָז־לאַסן‟, הערט מען ברויערס פֿילאָסאָפֿיע וואָס שייך זײַן לעבן אינעם מאָמענט, ווען אַ פֿרוי וויל אים פֿאַרלאָזן, און ווען די קינדער קריכן וווּ מע דאַרף נישט.

דער קאָמפּאָזיטאָר ניצט אָפֿט פּאָפּולערע ריטמען און אַפֿילו געוויסע מעלאָדיעס קלינגען באַקאַנט. דאָס מאַכט אים נישט אויס; אַ פֿאָלקזינגער נעמט די מוזיקאַלישע סחורה וואָס ער האָט בײַ דער האַנט.

ברויער לאָזט דעם צוהערער נישט פֿאַרגעסן עסטרײַכס נאַצישע פֿאַרגאַנגענהייט און מיט אַ טשאַ־טשאַ־ריטעם אינעם דײַטשן ליד „זעלבער‟, זינגט ער וועגן די שוועריקייטן, וואָס דאָס לאַנד האָט בײַם אָנערקענען זײַנע מעשׂים־רעים.

אָבער ברויער זינגט נישט בלויז ערנסטע לידער; דאָס ליד „האָט די באָבע‟ איז אַ פֿריילעכע שאַפֿונג, צו וועלכער עס גלוסט זיך טאַנצן.

ס׳האָט די באָבע פֿון מײַן באָבע
נאָך אין אַלטן שטעטל־געסל,
האָט זי נאָך געזונגען אָט־אַזוי
יאַ־באַ־באַ־באַ־באַ

אין אונדזער הײַנטיקער ייִדיש־וועלט פֿאַרמאָגן מיר כּלערליי טיפּן פֿון אַ סך לענדער, און מיט פֿאַרשיידענע הינטערגרונטן. האַנס ברויער, דער וואַנדערער, באַרײַכערט די דאָזיקע סבֿיבֿה, ווײַל ייִדיש, די הײַנטיקע פּאָליטיק, זײַן משפּחה־לעבן און ־געשיכטע זענען נישט קיין שפּיל פֿאַר אים, נאָר וויכטיקע ענינים, וואָס טרײַבן אים צו שאַפֿן און אָנטיילצונעמען אין דער אַנטוויקלונג פֿון אַ בעסערער וועלט.