בעת די לאַנגע פֿאַרהאַנדלונגען איבער די נוקלעאַרע אַמביציעס פֿון איראַן, האָט מען אַ סך גערעדט וועגן די אײַנריכטונגען פֿונעם „שווערן וואַסער‟ און די צענטריפֿוגעס, וואָס איראַן אָפּערירט, דעם אוראַניום וואָס זי פּראָדוצירט, און צי די אינספּעקטאָרן וועלן קאָנען האָבן אַ שטרענגערע אויפֿזיכט איבער די אײַנריכטונגען.
אָבער פּונקט אַזוי קאָמפּליצירט איז דער ענין, אַנולירן סאַנקציעס. די אינטערנאַציאָנאַלע סאַנקציעס, וואָס מע האָט דורכגעפֿירט קעגן איראַן, איז זייער פֿאַרוויקלט, צונויפֿגעשטעלט במשך פֿון צענדליקער יאָרן דורך געזעצן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אייראָפּע, און דורך רעזאָלוציעס פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער „יו־ען‟. דאָס פֿונאַנדערטיילן די סאַנקציעס וואָלט געפֿאָדערט אַלע צדדים צו קאָאָרדינירן זייערע שריט — זייער אַ קאָמפּליצירטע כאָרעאָגראַפֿיע.
אַ באַריכט, וואָס איז לעצטנס פּובליקירט געוואָרן דורכן „פֿאָרשונג־דינסט פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס‟ — אַן אומפּאַרטיייִשע פֿעדעראַלע אַגענטור, וואָס באַזאָרגט די קאָנגרעסלײַט מיט די פֿאַקטן וועגן וויכטיקע ענינים — אַנאַליזירט צום ערשטן מאָל די שיכטן פֿון סאַנקציעס, וואָס מע האָט דורגכעפֿירט קעגן איראַן.
„דער ציל פֿון די סאַנקציעס איז געווען אָפּצושטעלן דעם פֿינאַנציעלן סעקטאָר פֿון איראַן און דערשטיקן איר נאַפֿט־סעקטאָר,‟ האָט דערקלערט קענעט קאַצמאַן, אַ ספּעציאַליסט פֿונעם מיטעלן מיזרח און דער מחבר פֿונעם באַריכט וועגן די איראַן־סאַנקציעס. „די דאָזיקע באַמיִונגען האָבן טאַקע מצליח געווען.‟
נאָך דעם ווי די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט אין גאַנצן אָפּגעשטעלט איר האַנדל מיט איראַן, און די אייראָפּעיִשע אימפּאָרטן און עקספּאָרטן זענען געפֿאַלן פֿון 32 ביליאָן דאָלאַר אין 2005 ביז 9 ביליאָן דאָלאַר אין 2014, האָט איראַן אַזוי שטאַרק געליטן, אַז אַפֿילו איר פֿאַרלאָזן זיך אויף כינע און אינדיע ווי אירע הויפּט האַנדל־פּאַרטנערס, האָט ווייניק געהאָלפֿן.
קוואַלן זאָגן, אַז אינעם לעצט־גילטיקן אָפּמאַך מיט איראַן, וואָלט מען, צו ערשט, אַנולירט יענע סאַנקציעס וואָס זענען די גרינגסטע צו באַזײַטיקן: דאָס באַגרענעצן געוויסע הויכע באַאַמטע אין איראַן צו פֿאָרן אין אויסלאַנד, און דאָס פֿרירן די אַקטיוון אין אויסלאַנד פֿון געוויסע איראַנישע יחידים און קאָרפּאָראַציעס.
די סאַנקציעס קאָנען באַזײַטיקט ווערן דורך אַן אָפּשטימונג פֿונעם זיכערהייט־ראַט, וואָס איז סײַ־ווי דאָמינירט פֿון די לענדער, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין די פֿאַרהאַנדלונגען; דערפֿאַר וואָלט גרינג געווען צו באַזײַטיקן אָט די סאַנקציעס, אַפֿילו אויב דער קאָנגרעס וואָלט זיך אַנטקעגנגעשטעלט.
דערנאָך וואָלט מען געקאָנט אָפּשאַפֿן די סאַנקציעס קעגן האַנדל מיט אַנדערע לענדער (מחוץ די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד). דער אַמעריקאַנער פֿינאַנץ־דעפּאַרטאַמענט וואָלט געלאָזט וויסן יענע לענדער, אַז אַמעריקע וועט נישט דריקן אויף זיי, טאָמער וועלן זיי צו ביסלעך ווידער אָנהייבן דעם נאַפֿט־האַנדל מיט איראַן.
אָבער די סאַנקציעס, אָנגענומען פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, וואָלטן זיכער געקומען צו לעצט, נעמענדיק אין באַטראַכט ווי נעגאַטיוו געשטימט איז דער קאָנגרעס קעגן דער פּשרה מיט איראַן. ס׳רובֿ עקספּערטן האַלטן, אַז דער קאָנגרעס וועט קיין איין סאַנקציע נישט אָפּשטעלן, ביז די געזעצגעבער וועלן במשך פֿון עטלעכע יאָר זיך נישט איבערצײַגן, אַז איראַן פֿאָלגט טאַקע די פֿאָדערונגען פֿונעם אָפּמאַך.
געוויסע סאַנקציעס קעגן איראַן וועלן אָבער זיכער נישט אָפּגעשאַפֿן ווערן, ווי, למשל, די סאַנקציעס אין שײַכות מיט אירע ברוכן פֿון מענטשנרעכט, און איר שטיצן טעראָריזם. יענע סאַנקציעס וועלן בלײַבן, כּל־זמן ווי איראַן שטיצט ווײַטער „כעזבאָלאַ‟ אין איראַן, און „כאַמאַס‟ אין עזה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.