דער דורשט צו הריגה

The Thirst for Killing


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published April 09, 2015, issue of May 01, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די פֿראַנצייזישע רעוואָליוציע האָט באַשאַפֿן די גיליאָטין און געקעפּט הורטעם קרבנות. הענרי דער אַכטער האָט אַלע אַכט פֿון זײַנע ווײַבער געשיקט צום טורעם און אָנגעזאָגט אָפּצוהאַקן זייערע קעפּ.

די ערשטע וועלט־מלחמה האָט אַנטדעקט אַ נישט־זעעוודיקן גאַז און גענומען פֿאַרסמען זייערע קעגנער. אין 20סטן יאָרהונדערט האָט מען אויפֿגעשטעלט גאַז־קאַמערן מיטן ציל צו טייטן אַ גאַנץ פֿאָלק… הײַנט, אין 21סטן יאָרהונדערט, פֿאַר אונדזערע אויגן, קעפּט מען לעבעדיקע מענטשן און מ’לויפֿט אַרום מיט זייערע אָפּגעהאַקטע קעפּ באַווײַזן זיך פֿאַר דער וועלט.

וואָס טוט מען אָבער מיט די פּאָר ציוויליזירטע פּאַרשוינען, וועלכע קוקן זיך צו מיט אָפֿענע מײַלער און גלייבן נישט וואָס זיי זעען? זיי פֿאָרשן פֿון וואַנען די פֿיס וואַקסן, און קענען בשום־אופֿן נישט דערגיין, וואָס פֿאַר אַן אָנשיקעניש דאָס איז. שטאַמען די מערדער פֿון גאָר אַנדערע ברואים? פֿון אַן אַנדער גזע? פֿאַרמאָגן זיי אַן אַנדער צונויפֿשטעל פֿון בלוט־געפֿעסן? איז זייער „די־ען־איי‟ אַנדערש געשליפֿן? פֿון וועלכע ווילדע פֿעלקער שטאַמען זיי?

הײַנט וווּנדערט מען זיך פֿון מערדערישע פּסיכאָפּאַטן ווי „אַל־קײַדאַ‟, „אײַסיס‟, „כעזבאָלאַ‟ און אַנדערע, וועלכע שפּינען אויס אויף דער אויבערפֿלאַך פֿון אונדזער ערד־קוגל, פֿאַר אונדזערע סאַמע אויגן דעם טויטן־טאַנץ. זיי הרגענען זיך אויס איינס ס’אַנדערע, כּן־ירבו, אָן אַ ברעקל געוויסן. גיי, פֿאַרשטיי עס…

איז לאָמיר נישט לייגן די גאַנצע שולד אויף נישט־קולטיווירטע פֿעלקער, וועלכע האַסן דעם מערבֿ מיט דער אויסגעשולטער ציוויליזאַציע, מיט די גרויסע קולטור־אויפֿטוען, ווײַל זיי דערשנאַפּן דעם אמת פּונקט ווי בלוט־דורשטיקע הינט, אַז ס’איז בלויז אַן אָנשטעל פֿון דער ציוויליזירטער וועלט צו מאַכן דעם אָנשטעל פֿון אַן אומגלויבלעכן זינגערמאַרינג.

איך האָב שוין פֿריִער געשריבן וועגן מײַן גרויסן אײַנפֿאַל צו אונדזער דורשט צו פֿאַרניכטן. און אָט איז דער ענטפֿער: ווי נאָר עס ווערט געבוירן אַ קינד, וווּ עס זאָל נישט זײַן, זאָל מען תּיכּף־ומיד אײַנפֿלאַנצן אינעם נײַ געבוירענעם קינד אַ „קאָמפּיוטער־טשיפּ‟, וואָס וועט אָפּהאַלטן עס פֿון מאָרד און רציחה, און אַנשטאָט דעם דערפֿרייען דאָס עופֿעלע מיט שלום־ושלווה.