דער דורשט צו הריגה

The Thirst for Killing


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published April 09, 2015, issue of May 01, 2015.

זינט קין האָט דערהרגעט זײַן ברודער הבֿל איז די מענטשהייט נישט זיכער מיטן לעבן, און אויב קין איז דער מענטש, פֿון וועלכן מיר שטאַמען, איז דען אַ וווּנדער, אַז מיר האַלטן זיך אין איין האַקן און בראָקן, שיסן און פֿליקן, הרגענען און ממיתן, און מאַכן איינס ס׳אַנדערע מיט אַ קאָפּ נידעריקער? און אויב דאָס איז נישט גענוג, האַלט מען אין איין דערפֿינדן נײַע וועגן און מיטלען ווי אָפּצוּווישן אונדזער מענטשלעכן שטאַם מיט איין טראַסק.

איז מען געפֿאַלן אויף אַ פֿאָרטל, מ׳האָט דערפֿינדן אַ קעגנזאַץ וואָס מיר רופֿן „ציוויליזאַציע!‟ אונטערן אײַנדרוק, אַז אויב מיר וועלן לייענען פּושקינען און טאָלסטויען, עדגאַר אַלען פּאָו און דזשעי. די. סאַלענדזשערן, פֿרוידן, באַוווּנדערן גאַנדין און מאַנדעלאַן, ווערן פֿאַרגאַפֿט פֿון וואַן גאָכן און פּיקאַסאָס „גערניקאַ‟, זיך אַרײַנלאָזן אין קונסט, וועט מען קומען צום שׂכל און פֿאַרניכטן אין זיך דעם דורשט צו קוילען; ערשט דעמאָלט וועט זײַן שׂשׂון־ושׂימחה און מיר וועלן אויסגעלײזט זײַן פֿון יענעם מענטשלעכן פּגם, וואָס לאָזט אונדז נישט רוען.

האָט מען זיך געשליפֿן און געהובליעוועט, געשאַרפֿט און געאיבט, געשולט אין די אַקאַדעמיעס, באַזוכט מוזייען, אָפּערע, באַלעט און סימפֿאָנישע אָרקעסטערס, אָנגעפּיקעוועט זיך מיט הויכער קונסט, ביז מען האָט זיך אויסגעצײכנט אין טויט־פֿאַבריקן, מיט גאַז־קאַמערן, אָנפֿאַלן ווי די הײשעריקן אויף גאַנצע פֿעלקער, אויסראָטן אַלט און יונג, ממש נעם זיך ס׳לעבן.

איך האָב מיט אַ לענגערער צײַט צוריק געזען אַ בראָדוויי־פּיעסע, געשריבן פֿון פּיטער אוסטינאָוו, דעם באַרימטן האַליוווּדער פֿילם־אַקטיאָר, און געהייסן האָט די פּיעסע „דער אומבאַקאַנטער סאָלדאַט און זײַן פֿרוי‟, וווּ ער שילדערט אַ סאָלדאַט, וואָס ווערט געהרגעט אויפֿן פֿראָנט אין אַ געוויסער מלחמה, און לאָזט איבער זײַן טראָגעדיקע פֿרוי אין די הויכע חדשים. דאָס קינד וואַקסט אויף, גייט אין מיליטער און פֿאַרלירט זײַן לעבן אין אַ ווײַטערדיקער מלחמה; אָבער ער לאָזט איבער זײַן פֿרוי ווען זי גייט צו קינד, און ווען דאָס קינד וואַקסט אויף, ווערט ער אַ סאָלדאַט און פֿאַרלירט זײַן לעבן אין אַ קומענדיקער מלחמה… און אַזוי ציט זיך די אייביקע קייט דורך דורות, יעדער דור גייט אַדורך די זעלבע שחיטה, ווײַל צו די מלחמות נעמט נישט קיין עק און קיין סוף.

מיט צוויי טויזנט יאָר צוריק האָבן די רוימער געהאַט אַן אַכזריותדיק מיטל צו טייטן אַ מענטשן דורך קרײציקן, אויפֿהענגען אים אויף צוויי ברעטלעך און מאַכן אַ סוף צו זײַן לעבן.