אין אונטערשיד צו אַנדערע כװאַליעס פֿון רוסיש־ייִדישער עמיגראַציע, װערן די איצטיקע אימיגראַנטישע שרײַבער װאַרעם אױפֿגענומען אין אַמעריקע און אין דײַטשלאַנד. דער לײענערישער עולם דערװאַרט פֿון זײ דראַמאַטישע דערצײלונגען װעגן דעם לעבן אונטער דעם יאָך פֿון דער סאָװעטישער מאַכט. די קליגערע און מער דערפֿאַרענע אימיגראַנטישע מחברים, װאָס האָבן שױן גוט באַהערשט די נײַע שפּראַך און זיך אײַנגעלעבט אין דער נײַער קולטור, האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז זײערע משפּחה־געשיכטעס פֿאַרמאָגן אַ רײַכן שטאָף פֿאַר אַ גוטן בוך.
דער אױפֿבלי פֿון דער רוסיש־ייִדישער אימיגראַנטישער פּראָזע האָט זיך אָנגעהױבן מיט אַ יאָר צען־פֿופֿצן צוריק. אַזעלכע שרײַבער װי גערי שטײנגאַרט אין ניו־יאָרק אָדער לענאַ גאָרעליק אין מינכן האָבן באַשריבן זײער אײגענע אימיגראַנטישע דערפֿאַרונג װי יונגע לײַט, װאָס האָבן געפֿונען אַ נײַע הײם און אַ נײַע שפּראַך. זײערע נאָכפֿאָלגער, באָריס פֿישמאַן און יעלענאַ אַכטיאָרסקאַיאַ אין אַמעריקע שעפּן זײער מאַטעריאַל פֿון די עלטערע דורות אין זײערע משפּחות. אויף דעם דאָזיקן װעג איז געגאַנגען קאַטיאַ פּעטראָװסקאַיאַ, װאָס האָט זיך אַריבערגעצױגן פֿון קיִעװ קײן בערלין מיט פֿופֿצן יאָר צוריק. איר ראָמאַן „מסתּמא אסתּר‟ באַשטײט פֿון אַ רײ נאָװעלן, װאָס דערצײלן די געשיכטעס פֿון פֿאַרשידענע מיטגלידער פֿון איר פּױליש־אוקראַיִנישער ייִדישער משפּחה.
פּעטראָװסקאַיאַס בוך באַזירט זיך טײלװײַז אױף די דערצײלונגען, װאָס זי האָט קינדווײַז געהערט פֿון אירע עלטערן און באָבע־זײדע, און טײלװײַז אױף אירע אײגענע פֿאָרשונגען, אונטערגענומען אין פֿאַרשידענע אַרכיװן. דעם אינטערעס צו ליטעראַטור און געשיכטע האָט זי באַקומען בירושה פֿון איר פֿאָטער, דעם באַקאַנטן קיִעװער ליטעראַטור־פֿאָרשער מיראָן פּעטראָװסקי. זי האָט שטודירט די רוסישע ליטעראַטור אין דעם אוניװערסיטעט פֿון טאַרטו (עסטלאַנד), און געמאַכט אַ דאָקטאָראַט אין מאָסקװע. איר עלטערער ברודער איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע אין אַמעריקע. דעריבער איז זי גוט צוגעגרײט געווען צום אָנשרײַבן אַ ליטעראַריש־היסטאָריש בוך.
פֿאַר װאָס זשע האָט זי באַשלאָסן צו שרײַבט װעגן איר משפּחה דװקא אױף דײַטש? זי ענטפֿערט אױף דעם פּראָסט און פּשוט, אַז זי האָט מורא פֿאַר דער רוסישער שפּראַך. אַװדאי, שאַפֿט אַזאַ שפּראַך־אױסקלײַב אַ געװיסע שפּאַנונג. אײניקע פֿון אירע קרובֿים זײַנען דערשאָסן געװאָרן אין באַבי יאַר. אין דער צענטראַלער נאָװעלע פֿונעם בוך דערצײלט זי װעגן איר עלטער־באָבע, װאָס איר נאָמען האָט זיך ניט פֿאַרהיט אינעם משפּחה־זכּרון. װען קאַטיאַ האָט געפֿרעגט װעגן דעם איר טאַטן, האָט ער איר ניט געקאָנט געבן אַ ריכטיקן ענטפֿער; ער האָט זי תּמיד גערופֿן „באַבושקאַ‟, אָבער דעם נאָמען אירן האָט ער ניט געדענקט, „מסתּמא אסתּר‟. דערפֿון איז אױסגעװאַקסן דער נאָמען פֿונעם גאַנצן בוך. די עלטער־באָבע איז דערשאָסן געװאָרן נאָך אײדער זי איז געקומען קײן באַבי יאַר בלױז פֿאַר דעם, װאָס זי האָט געװאָלט פֿרעגן בײַ אַ דײַטשישן אָפֿיצער, צי זי מוז טאַקע פֿאָלגן נאָך אַנדערע ייִדן, װײַל ס‘איז איר שווער געווען צו גײן צופֿוס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.