(די 2 טע זײַט פֿון 2)
מיט איין זאַך איז סילווער אָבער נישט מסכּים. „אלי מאָלט בילדער, קוקנדיק אויף פֿאָטאָגראַפֿיעס, אָבער איך האַלט, ס׳איז בעסער צו מאָלן פֿון אמתן לעבן.‟
דאָס איז, אַגבֿ, אַן ענין, וואָס ווערט אָפֿט דעבאַטירט אין דער קונסטוועלט: צי מוזן בילדער געמאָלט ווערן אויפֿן אָרט (on-location, בלע״ז)? אָדער מעג מען פֿאָטאָגראַפֿירן דאָס אָרט אָדער דעם מענטש, און דערנאָך שאַפֿן די לאַנדשאַפֿט אָדער פּאָרטרעט אין דער סטודיאָ? ס׳רובֿ קינסטלער ניצן הײַנט יאָ אַ פֿאָטאָגראַפֿיע, ווײַל ס׳איז פּשוט מער פּראַקטיש ווי זיצן אין דרויסן במשך פֿון אַ סך טעג, אָדער צו בעטן עמעצן צו זיצן עטלעכע טעג לאַנג און פּאָזירן.
די טעג אַרבעט פֿרוכט אויף אַ דריטן נוסח פֿון זײַן באַליבטער שיל, „שומרי־שבת‟, אַ בית־מדרש אויף דער 53סטער גאַס און 13טער עוועניו, אין באָראָ־פּאַרק, וואָס איז אָפֿן אַ גאַנצן מעת־לעת און דינט אויך ווי אַ גאָרקיך, ספֿרים־קראָם און קהילה־צענטער. „אַלע מינים ייִדן דאַווענען דאָרט,‟ האָט פֿרוכט באַמערקט. „ליטווישע, סאַטמאַרער, מאָדערנע… ווי מײַן טאַטע פֿלעגט זאָגן — אַ געמישטער צוג!‟
פֿרוכט איז אויפֿגעוואַקסן אין דער חרדישער געגנט בתי־אונגרין (אונגערישע הײַזער) אין ירושלים, בײַ די וויזשניצער חסידים, אַ בן־יחיד בײַ טאַטע־מאַמע. הגם אין שטוב זענען נישט געהאָנגען קיין קונסטווערק אויף די ווענט, האָט זײַן טאַטע, אַ געבוירענער אין סיגעט, רומעניע, יאָ געהאַט אַן אַרטיסטישע נאַטור, האָט פֿרוכט באַמערקט. „אין סיגעט פֿלעג ער פּורים אויפֿטרעטן אין מכירת־יוסף שפּילן. ער איז געווען אַן אינטעלעקטואַל, אָבער קיין גרויסע פּרנסה האָט ער נישט געהאַט, און ווען ער האָט זיך באַזעצט אין ירושלים, האָט ער געאַרבעט ווי אַ מילכיקער,‟ האָט פֿרוכט געזאָגט.
אין 1962 איז די משפּחה געקומען קיין אַמעריקע, וווּ דער טאַטע האָט, צו ערשט, געאַרבעט אין אַ פֿאַבריק, און דערנאָך, ווען ער האָט געזאַמלט אַ ביסל געלט, אָנגעהויבן אינוועסטירן אין גרונט־מיסחר, און פֿון דעם געצויגן חיונה. שפּעטער האָט זײַן זון געטאָן דאָס זעלבע.
הגם פֿרוכט איז קינדווײַז נישט געגאַנגען אין קיין קונסטמוזייען, איז ער תּמיד געווען פֿאַרכאַפּט פֿון ליניעס און דיזײַן. „כ׳פֿלעג זיך צוקוקן ווי אַ ייִנגל אין מײַן קלאַס האָט זייער פֿאָרזיכטיק געמאָלט ליניעס אַרויף און אַראָפּ, און ס׳האָט מיך ממש פֿאַרכּישופֿט,‟ האָט ער געזאָגט. „הײַנט האָב איך נאָך אַלץ הנאה פֿון ליניעס און פּענדזל־שטריכן, ווען איך קוק אויף די מאָלערײַען פֿון מאַרק ראָטקאָ, פֿראַנץ קלײַן און אַנדערע אַבסטראַקטע עקספּרעסיאָניסטן.‟
„געוויסע מענטשן זיצן אין דרויסן און מאָלן, אָדער מאָלן נאַקעטע פֿיגורן — דאָס איז נישט פֿאַר מיר, ס׳איז נישט אין מײַן נשמה,‟ האָט פֿרוכט באַמערקט. „מאָלן מײַן וועלט — דאָס איז מײַן ליבע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.