אַיאָ, מאַמע־לשון האָט אַ גראַמאַטיק?

Yiddish Has a Grammar, Doesn’t it?


פֿון הערשל גלעזער

Published April 12, 2015, issue of May 01, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אויך טשיקאַווע איז אַ נײַע אַנטוויקלונג, וואָס לויט די באַריכטן קומט זי פֿאָר בײַ די ישׂראלדיקע חרדים: ס’קומט אויס פֿון זיי צו הערן נישט נאָר, למשל, „זיי זענען מיר מוחל”, נאָר אויך „זיי זענען מיר מוחלים”, וואָס דאָס איז נענטער צום עבֿרית („אנחנו מוחלים/סולחים להם”). ווען כ’האָב זיך דאָס דערוווּסט, בין איך געבליבן געפּלעפֿט. נאָך מער בין איך געבליבן מיט אַן אָפֿן מויל, ווען די פֿאָרשערין, וואָס זי האָט דערוועגן דערציילט, האָט צוגעגעבן: ס’איז אַ סימן, אַז ייִדיש קריגט שוין צו אַ ביסל גראַמאַטיק. אַזוי רעדט אַ לינגוויסט?! דורך עבֿריתּישע אויגן לייגט זיך „מיר זענען זיי מוחלים” טאַקע מער אויפֿן שׂכל, אָבער אַזאַ ענין מוז מען דאָך באַטראַכטן דורך ייִדישע אויגן!

און דאָ האָבן מיר שוין אַן אייביקע צרה פֿון מאַמע־לשון: כּמעט ווי נישטאָ און נישט געווען קיין ייִדיש־רעדער, וואָס זאָל נישט קענען קיין צווייטע שפּראַך. האַלט מען אין איין פֿאַרגלײַכן. ווי ס‘האָבן געטענהט די משׂכּילים: נישט נאָר, אַז ייִדיש איז אַ פֿאַרגרײַזטער דײַטש, נאָר אַז דאָס לשון־קודש בײַ ייִדיש־רעדערס, ווי אויך דער לשון־קודש־קאָמפּאָנענט פֿון מאַמע־לשון, איז פֿול מיט גרײַזן, וואָרן נישט בהסכּם מיטן לשון־קודשדיקן דיקדוק. אָט זאָגן מיר דאָך „טליתים”, „שבתים” אאַז”וו, וואָס פֿון דעם קוקווינקל פֿון עבֿרית איז דאָס אַן אַבסורד. אָבער אַזוי איז די מעשׂה מיט שפּראַכן: זיי דערווײַטערן זיך פֿון זייערע וואָרצלען.

איז וואָסער גראַמאַטיק איז בעסער? איז טאַקע בעסער, און פּראָגרעסיווער, ס’ענגלישע לשון מיט זײַן כּלומרשט פּשוטער גראַמאַטיק, בשעת ליטוויש איז אָפּגעשטאַנען, מיט זײַנע אָן אַ שיעור בייגפֿאַלן?

ניין, יעדעס לשון האָט די גראַמאַטיק, וואָס סע דאַרף; קיין איין גראַמאַטיק איז נישט בעסער אָדער ערגער. זעט איר, גרינגער צי שווערער, דאָס יאָ — ווי געזאָגט, דאַרף די ליטוויש־ אָדער רוסיש־רעדער קענען פֿון אויסנווייניק אָן אַ שיעור ענדונגען, בשעת דער ענגליש־רעדער דאַרף כּמעט גאָרנישט. אָט פֿאַר וואָס די וועלט מיינט, אַז אויסלערנען זיך ענגליש איז אַ סך גרינגער ווי רוסיש. וויל איך דער וועלט אויסזאָגן אַ סוד: לויט מײַן מיינונג איז ענגליש, אין דער אמתן, שווערער. בײַם אָנהייב איז רוסיש זייער שווער, ווײַל מע מוז זיך אויסלערנען אַזוי פֿיל פּרטים, אָבער דווקא ווײַל רוסיש אד”גל האָבן אַזוי פֿיל ענדונגען, קען מען בײַם לייענען, אַ שטייגער, אַ קעפּל אין אַ צײַטונג נישט צעטומלט ווערן. אויף ענגליש איז פֿאַרקערט: בײַם אָנהייב איז זייער גרינג, אָבער וואָס ווײַטער מע גייט, אַלץ מער מוז מען דרינגען, ווײַל ענגליש האָט נישט קיין ענדונגען…

איז וויל איך נישט דערלעבן אַ טאָג, ווען די ייִדישע גראַמאַטיק זאָל זײַן געגליכן צו דער ענגלישער; ייִדיש האָט זיך זײַן אייגענע גראַמאַטיק, און אַזוי דאַרף עס זײַן.