די קינדער־זכרונות, װי באַװוּסט, זײַנען די סאַמע דױערנדיקע און שטאַרקע. און אױב זײ זײַנען באַפֿאַרבט מיט אומבאַקאַנטע אָדער װײטיקדיקע געשעענישן, דאַן באַגלײטן זײ דעם מענטשן ביזן װײַסן טאָג אַרײַן. אַ סך יאָרן האָב איך געפּרוּװט אַרױסצורײַסן פֿון מײַן האַרץ און אױסמעקן פֿונעם זכּרון די שטאָט, װוּ איך בין געבױרן געװאָרן, קיִעװ, װי אױך דאָס לאַנד אוקראַיִנע. אָבער, עס װײַזט אױס, אַז מײַן אײגענער גורל פֿײַפֿט זיך אױס אױף מײַן װילן, כּאילו מײַן לעבן איז אַן אילוסטראַציע צום װערטל, „דער מענטש טראַכט, און גאָט לאַכט‟.
כ׳האָב זיך געגרײט צו גײן אין ערשטן קלאַס, װען מיר האָבן באַקומען אַ בליץ־טעלעגראַם פֿון קיִעװ: אױב מיר װילן זיך געזעגענען מיט דער מומע יענטע, מײַן טאַטנס עלטסטע שװעסטער, דאַרפֿן מיר װאָס גיכער קומען אין אַזאַ און אַזאַ שפּיטאָל. די מומע האָט בלײַ אין די נירן און גוססט ממש. זײַנען מיר ניט געפֿאָרן נאָר געפֿלױגן אױפֿן עראָפּלאַן פֿון קעשענעװ קײן קיִעװ. צו זאָגן, אַז בעתן פֿלי בין איך שיִער ניט געשטאָרבן פֿאַר שרעק, איז װי גאָר ניט געזאָגט. בקיצור, אין אַ שעה אַרום זײַנען מיר אָנגעקומען קײן קיִעװ און אַ גאַנצן טאָג זיך געזעגנט מיט מײַן פֿערציק־יאָריקער מומע יענטע. קײן סך געדענק איך שױן ניט, נאָר כ’געדענק, אַז מיט די טרערן האָט מען געקענט אָנפֿילן אַ פּאָר עמער; און איך געדענק, אַז די מומע יענטע האָט געהאַלטן אין אײן טענהן, אַז מיר זאָלן היטן אײנער דעם צװײטן, און שטענדיק בלײַבן „מענטשן‟.
אָט אַזױ האָט זיך געשאַפֿן אַ דרײַעק: קיִעװ — די מומע יענטע — אומזיסטע טרערן. „אומזיסטע‟ זײַנען געװען יענע טרערן, װײַל די מומע יענטע, דאָס עלטסטע קינד אין זײער אַ גרױסער משפּחה, האָט איבערגעלעבט אירע אַכט שװעסטער און ברידער, און דאָ ניט לאַנג איז זי אַװעק אין דער אײביקײט, בײַ הונדערט יאָר אַלט, אין דער „פֿראַנקיסטישער‟ שטאָט אָפֿענבאַך, װוּ זי האָט געװױנט די לעצטע צװאַנציק יאָר. פֿאַר װאָס גאָר אין אָפֿענבאַך, די שטאָט, װוּ ס׳איז באַגראָבן דער פֿאַלשער משיח, דער ימח־שמוניק יעקבֿ פֿראַנק, װײס איך ניט, נאָר דער מומע יענטעס „צװאה‟ — צו זײַן און בלײַבן אַ מענטש — געדענק איך ביזן הײַנטיקן טאָג.
אונדזערע חכמים פֿלעגן זאָגן: „במקום שאין בו צדק תישאר בן־אָדם‟ — אַפֿילו דאָרטן, װוּ ס׳איז ניטאָ קײן יושר, זאָלסטו בלײַבן אַ מענטש. און נאָך מער: „במקום שאין אנשים היה איש‟ — אױך דאָרטן, װוּ עס זײַנען ניטאָ קײן מענטשן זאָלסט זײַן אַ מענטש.
די־אָ עצה איז גרינגער צו געבן אײדער אױסצופֿירן. מײַן שװאַכער מוח פֿאַרשטײט, אַז װען אַ ייִד אַ חכם זאָגט: „זײַ אַ מענטש, אָדער בלײַב אַ מענטש‟, מײנט ער טאַקע דאָס לעבן פֿון אַן אַבסטראַקטן מענטש, און טאַקע לױט די מינימאַלע זיבן מיצװת פֿאַר די בני־נח אָדער לױט די אַבסאָלוטע, להבֿדיל, תרי״ג־מיצװת פֿאַר די בני־ישׂראל. איז פֿאָלג מיך אַ גאַנג… עס קען זיך דאַכטן, אַז צו האַלטן זיך בײַ די זיבן בני־נח־מיצװת איז טאַקע גאָר ניט שװער, ס׳איז דאָך גענוג געבױרן צו װערן — און שױן. אונדזערע חכמים זאָגן דאָך, אַז אַפֿילו אָדם־הראשון איז שױן געװען באַזאָרגט מיט זעקס מיצװת. און די זיבעטע? כ׳מײן, ניט עסן פֿון בשׂר־חי, ניט פֿרעסן אײנער דעם צװײטן לעבעדיקערהײט. גײ װײס, אַז די גרינגסטע, אין מײַנע אױגן, מיצװה װעט זיך בשום־אופֿן ניט לאָזן צום אױספֿירן. און אָן אױסצופֿירן די זיבעטע בני־נח־מיצװה קען קײן אײן לעבעדיקער נפֿש זיך ניט רעכענען פֿאַר אַ מענטש. און דאָס מוז זײַן קלאָר װי אַ ייִד אין אשרי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.