(די 2 טע זײַט פֿון 2)
שמעון אַבראַמסקי האָט געירשנט פֿון זײַנע אָבֿות אַ שטאַרקן כּוח־הזכּרון און חשק צו לערנען. ער איז גיך געװאָרן אַ קאָמוניסטישער עילוי; געקענט די װערק פֿון קאַרל מאַרקס אױף אױסנװייניק, און איז געװען אַ בקי אין די קלײנע אותיות פֿון דער מאַרקסיסטישער תּורה. דערצו איז ער געװען אַ קנאָי פֿון דער קאָמוניסטישער דאָגמע. אַרום אים האָט זיך געפֿורעמט אַ גרופּע טעאָרעטיקער, װאָס האָבן זיך געסטאַרעט צוצופּאַסן די מאַרקסיסטישע פֿילאָסאָפֿיע צו די פּראַקטישע לעבנס־באַדינגונגען אין דער ענגלישער קאַפּיטאַליסטישער געזעלשאַפֿט.
היות װי אַבראַמסקי האָט ניט באַקומען קײן העכערע בילדונג צוליב דער מלחמה, װאָס האָט אים אָפּגעריסן פֿונעם העברעיִשן אוניװערסיטעט, איז אים געװען שװער צו קריגן אַן אַקאַדעמישע שטעלע. ער האָט געצױגן זײַן חיונה פֿון בוכהאַנדל. מיט דער צײַט איז ער געװאָרן אַ גרױסער מומחה אין זעלטענע ספֿרים און כּתבֿ־ידן, און האָט געדינט װי אַן עצה־געבער פֿאַר דער ליציטאַציע־פֿירמע „סאָטביס‟. פֿאַר זיך האָט ער אָנגעזאַמלט אַן אוניקאַלע ביבליאָטעק, װאָס האָט כּולל געװען ביכער װעגן סאָציאַליזם, געשיכטע און ייִדישקײט. דורות פֿאָרשער האָבן זיך באַנוצט מיט זײַן זאַמלונג און באַקומען זײַן הילף, בפֿרט װען עס איז געגאַנגען אין ביבליאָגראַפֿישע פּרטים.
סאַשע אַבראַמסקי האָט אונטערגענומען אַ גרונדיקע פֿאָרשערישע אַרבעט, כּדי צו באַגרײַפֿן די פֿאַרשידענע צדדים פֿון זײַן זײדנס טעטיקײט. אָבער פֿאַר אים איז שמעון פֿאַרבליבן, קודם־כּל, זײַן באַליבטער זײדע, וואָס אין זײַן הױז ער קינדװײַז פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט. שמעון איז געװען אַ מערקװירדיקע פּערזענלעכקײט, אַ מענטש פֿון אַ ריזיקער ערודיציע און פֿעסטע פּרינציפּן, אָבער אױך װאַרעם און האַרציק. זײַן פּאָליטישער ראַדיקאַליזם האָט זיך אין אים צונױפֿגעלעבט מיט אַ קאָנסערװאַטיװן לעבנס־שטײגער. שמעון און מרים האָבן געהאַלטן אַ כּשרע שטוב און אָפּגעהיט אַלע הילכות־פּסח, אָבער דערבײַ איז שמעון געװען אַן אַטעיִסט. ער האָט זיך אָנגעטאָן אַלטמאָדיש און גערעדט ענגליש מיט אַ שטאַרקן רוסיש־ייִדישן אַקצענט. ער האָט ליב געהאַט אַ קלוגן שמועס, װוּ ער האָט געקאָנט אַרױסװײַזן זײַנע קענטענישן.
אַבראַמסקיס הױז, װאָס איז אין משך פֿון אַ האַלבן יאָרהונדערט געװען אַ װיכטיקער צענטער פֿון דער לאָנדאָנער לינקער און ייִדישער אינטעליגענץ, איז געוואָרן אַ טײל פֿון דער געשיכטע. סאַשע אַבראַמסקיס בוך איז אַ פּאַסיקער און ווירדיקער דענקמאָל פֿאַר דער תּקופֿה, װען אַ קאָמוניסט האָט געקאָנט זײַן אַ תּלמיד־חכם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.