דעם 13טן—16טן מאַרץ איז מען צונויפֿגעקומען אין באַלטימאָר, מערילאַנד, אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג https://jewishvoiceforpeace.org/content/national-membership-meeting-2015-highlights פֿון דער אָרגאַניזאַציע Jewish Voice for Peace (דאָס ייִדישע קול פֿאַר שלום), אַ לינקע גרופּע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער מיטל-מיזרחדיקער פּאָליטיק. צווישן די אָנטייל-נעמער זענען געווען עטלעכע ייִדישיסטן — אַניע קויפֿמענטש (דווקא איינע פֿון די היגע JVP-טוער אין באַלטימאָר); חווה מאָראַלעס און איך — פֿון באָסטאָן; חנה רײַנגאָלד, וואָס וווינט איצט אין שטאָט ניו-יאָרק, ווי אויך אַ פּאָר אַנדערע ייִדיש-רעדער און ייִדיש־תּלמידים. מיר זענען געקומען גלײַך צום אָנהייב פֿון דער קאָנפֿערענץ, און בײַגעווען אויפֿן קבלת-שבת פֿרײַטיק-צו-נאַכטס. נאָך דעם זענען מיר געזעסן צוזאַמען אויף די סעסיעס במשך פֿון דער סוף-וואָך — און זיך אויסגעביטן מיט קאָמענטאַרן און באַמערקונגען אויף ייִדיש.
אַנדערע האָבן שוין געשריבן וועגן דעם צוזאַמענפֿאָר בכלל //forward.com/articles/217528/embracing-israel-boycott-jewish-voice-for-peace-in/, וויל איך לייגן דעם טראָפּ אויפֿן בײַזײַן פֿון ייִדישיסטן בפֿרט.
איך האָב געפֿרעגט מײַנע מיט־באַטייליקטע וואָס זיי מיינען וועגן דעם שײַכות (סײַ פּאָליטיש סײַ היסטאָריש) צווישן ייִדישיזם און אַ לינק-געשטימטן קוקווינקל אויף מדינת-ישׂראל. אַניע קויפֿמענטש האָט געענטפֿערט זייער מיושבֿדיק: „איך שטאַם פֿון אַ שארית־הפּליטה משפּחה. צוליב דעם פֿאַרשטיי איך, אַז איך אַליין בין אַ לעבעדיקער טייל פֿון דער געשיכטע (און נישט, ווי אַ סך יונגע אַמעריקאַנער האַלטן — אַ דרויסנדיקער, אַ זײַטיקער). דעריבער קלײַב איך אויס מײַן פּאָליטישן וועג באַוווּסטזיניק; ווי באַלד איך שפּיל אַ ראָלע אין דער געשיכטע, וויל איך שפּילן פֿאַר דעם צד פֿון גערעכטיקייט.
„און הײַנט צו טאָג, אין 5775, בין איך מחויבֿ זיך צו באַטייליקן אין JVP און אַנדערע ענלעכע פּראָיעקטן. איך בין נישט קיין ישׂראלדיקע, אָבער די ממשותדיקע מדינת-ישׂראל שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ שטאַפּל אין דער אַלגעמיינער ייִדישער געשיכטע — אַ שטאַפּל, מיט וועלכן איך שטאָלציר נישט. מיר ייִדן זענען שוין געוואָרן נאַציאָנאַליסטן, דאָס הייסט, מיר האָבן זיך אַרײַנגעפּאַסט אינעם פּאָליטישן גערעם פֿון אונדזערע אַמאָליקע שׂונאים אין אייראָפּע. נאָך ערגער: מיר מיינען, אַז מיר שיצן אונדזער אייגן לאַנג ווי אַלע אַנדערע פֿרײַע פֿעלקער, אָבער די גויים האָבן אונדז ווידער אָפּגענאַרט. ווי אין אַמאָליקע צײַטן אין אייראָפּע, דינען מיר ווידער ווי שתּדלנים, וואָס טוען אָפּ ’טובֿהלעך‘ אינעם מיטעלן-מיזרח פֿאַר דער אַמעריקאַנער רעגירונג און אַנדערע גרויסע מאַכטן. דער וואָס מיינט, אַז די גרויסע מאַכטן זאָרגן זיך, אַז ייִדן זאָלן האָבן אַן אייגענע מלוכה, נאַרן זיך אַליין אָפּ. דער פּאָליטישער ייִדישיזם דערמעגלעכט אַ ברייטערן פֿאַרשטאַנד פֿון די פֿאַרבינדונגען צווישן דער הײַנטיקער פּאָליטיק און דער אַמאָליקער ייִדישער געשיכטע אין אייראָפּע. מע חלומט, אַז מדינת-ישׂראל זאָל מיט זיך פֿאָרשטעלן אַ סגולה קעגן דעם אַנטיסעמיטיזם און קעגן דער קריסטלעכער וועלטס-שליטה, אָבער דאָס איז, צום באַדויערן, אַ פֿאַנטאַזיע, — און פֿאַר אַ פֿאַנטאַזיע טאָר מען נישט באַצאָלן אַזאַ הויכן פּרײַז.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.