דער קולטור־צענטער בײַ דער אַמבאַסאַדע פֿון מדינת־ישׂראל אין מאָסקווע האָט זונטיק אָרגאַניזירט אַ באַגעגעניש לכּבֿוד דעם חורבן-טאָג און העלדישקייט. עס איז דעמאָנסטרירט געוואָרן אַ פֿילם אונטערן נאָמען „אַ העפֿט פֿון פֿאַרברענטער געטאָ‟, וואָס באַזירט זיך אויף טאַמאַראַ לאַזערסאָנס טאָגבוך. טאַמאַראַ לאַזערסאָן איז געבוירן געוואָרן אין קאָוונע. בעת דער מלחמה איז זי געווען אין דער קאָוונער געטאָ, פֿון וואַנען זי איז אַנטלאָפֿן און געבליבן לעבן. איצט וווינט זי אין ישׂראל. איר טאָגבוך (זי האָט אים געשריבן אין געטאָ אויף רוסיש) האָט זיך פֿאַרהיט און מיט עטלעכע יאָרן צוריק איז ער פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין מאָסקווע. דעם פֿילם אויפֿן סמך פֿון דעם טאָגבוך האָט געמאַכט דער באַקאַנטער רוסלענדישער רעזשיסאָר יעווגעני צימבאַל. ער האָט זיך באַגעגנט מיט דעם עולם, דערציילט וועגן זײַן אַרבעט און געענטפֿערט אויף די פֿראַגעס.
מיטן חורבן־טאָג איז אויך פֿאַרבונדן די באַגעגעניש, וואָס דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט דורכגעפֿירט דינסטיק דעם 14טן אַפּריל. די רייד איז געגאַנגען וועגן אַלען גינזבערג, אַן אַמעריקאַנער פּאָעט פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, דער באַקאַנטסטער פֿאָרשטייער פֿון „ביט־דור‟, אַ פּראָפֿעסאָר אַ בודיסט און אַ מיסטיקער. וועגן גינזבערגס שאַפֿן האָבן דערציילט דער שרײַבער יעווגעני קאָגאַן און די פֿילאָלאָגין און זינגערין אַנאַ געראַסימאָוואַ (וואָס איז מער באַקאַנט אונטערן נאָמען „אומקאַ‟), זיי האָבן פֿאָרגעלייענט און געזונגען גינזבערגס לידער, דעמאָנסטרירט ווידעאָ־אויפֿנאַמען מיט אים. אַ באַזונדערע טעמע וואָס זיי האָבן באַרירט איז גינזבערגס באַזיניקונגען פֿון חורבן. ער האָט געשריבן אַ סך וועגן נאַציסטישע פֿאַרברעכנס און געשאַפֿן זײַן אייגענעם קדיש.
דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי איז ממשיך מיט זײַן ציקל רעפֿעראַטן פֿון דער ייִדישער שטאָט אָדעס. דעם 13טן אַפּריל איז די טעמע געווען געווידמעט אָדעס אין קינאָ. אין 1912 האָבן אין אָדעס זיך באַוויזן 2 קינאָסטודיעס, איינע מיט אַ באַשײַמפּערלעך העברעיִשן נאָמען, „מיזרח‟. אויף דער סטודיע האָט מען פֿילמירט די פֿילמען: „דאָס לעבן פֿון ייִדן אין ארץ־ישׂראל‟, „דאָס לעבן פֿון ייִדן אין אַמעריקע‟ און „ייִדן און מלחמה‟. פֿאַרן ערשטן פֿילם האָט מען אַפֿילו אָרגאַניזירט אַן עקספּעדיציע קיין ארץ־ישׂראל. נאָך דער רעוואָלוציע זענען פֿילמען אויף ייִדישע טעמעס אַרויס אויך אויף דער מלוכישער אָדעסער קינאָסטודיע, און סצענאַרן פֿאַר זיי האָט געשריבן יצחק באַבעל אַליין. וועגן ייִדישע פֿילמען, געמאַכט אין אָדעס, האָט דערציילט אַנאַ מאַלגינאַ, אַ קינאָ־פֿאָרשערין.
נאָך צוויי ידיעות פֿונעם מוזיי. דעם 15טן אַפּריל עפֿנט זיך דאָרטן אַ נײַע אויסשטעלונג, „אַלפֿרעד אײַזנשטאַדט, דער פֿאָטער פֿון פֿאָטאָ־זשורנאַליסטיק‟. אײַזנשטאַדטן געהערן צו די סאַמע באַוווּסטע פֿאָטאָבילדער, וואָס אין זיי ווערט אָפּגעשפּיגלט די מערבֿ־געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט: די באַגעגעניש פֿון היטלער און מוסאָליני, ווינסטאָן טשערטשילס זשעסט „וויקטאָרי‟ און אַנדערע. דאָס באַקאַנטסטע פֿאָטאָבילד זײַנס איז „דער ווי־דזשיי טאָג אויף טײַמס־סקווער‟, וואָס וועגן אים האָט אײַזנשטאַדט געזאָגט: „מע וועט פֿאַרגעסן מײַן נאָמען, אָבער מע וועט געדענקען, אַז ס’איז געווען אַ פֿאָטאָגראַפֿער, וואָס האָט געמאַכט אַ בילד פֿון אַ זעלנער, וואָס קושט אַ קראַנקן־שוועסטער, ווען די צווייטע וועלט־מלחמה האָט זיך געענדיקט‟. אײַזנשטאַדט איז ניפֿטר געוואָרן אין 1995, און פֿאַר דעם האָט ער באַוויזן צו מאַכן אַ פֿאָטאָ־פּאָרטרעט פֿון פּרעזידענט קלינטאָנס משפּחה. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער אויסשטעלונג ווילן ווײַזן 50 אײַזנשטאַדטס בילדער און דערציילן ווי אַזוי ס‘האָט זיך אַנוויקלט דער סטיל פֿונעם פֿאָטאָגראַפֿער און די סטאַנדאַרטן פֿון פֿאָטאָ־זשורנאַליסטיק.
דער צווייטער אויפֿטו פֿונעם מוזיי איז די אַזוי גערופֿענע „פּיאָנערישע קאָנפֿערענץ‟ פֿון דער צײַטשריפֿט „דער רוסישער פּיאָנער‟. דאָס יאָר איז די טעמע פֿון דער קאָנפֿערענץ געווען „סודות‟. זייערע סודות האָבן אַנטפּלעקט די קאָלומניסטן פֿונעם „רוסישן פּיאָנער‟, אַנדריי בילזשאָ, דיאַנאַ אַרבענינאַ, וויקטאָר יעראָפֿייעוו, אַנדריי מאַקאַרעוויטש און אַנדערע. די רייד איז געגאַנגען וועגן מעדיצינישן סוד, וועגן באַנק־סוד, וועגן זשורנאַליסטישע סודות… און דער בעל־הבית פֿון דעם אָוונט, דער רבֿ בערל לאַזאַר, האָט געהאַלטן אַ רעדע וועגן סודות פֿון לעבן.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט איז פֿון דער וויסנשאַפֿטלעכער וועלט. ס’איז אַרויס פֿון דרוק דער ערשטער אין דעם יאָר נומער פֿון דער צײַטשריפֿט „דער מיזרח־אַרכיוו‟, וואָס סע רעדאַגירט דער אינסטיטוט פֿון מיזרח־פֿאָרשונגען בײַ דער רוסלענדישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע. דאָס רובֿ מאַטעריאַלן פֿונעם נומער ווערן געווידמעט ארץ־ישׂראל מדינת־ישׂראל און פּאַלעסטינע: וועגן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן ראַטן־פֿאַרבאַנד און מדינת־ישׂראל, וועגן די ערשטע בענק אין ארץ־ישׂראל (אָנהייב 20סטן י”ה), וועגן דער ייִדישער קהילה פֿון אַלכּסנדריה בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה און וועגן דעם ביראָבידזשאַנער פּראָיעקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.