(די 2 טע זײַט פֿון 2)
איר דערפֿאַרונג אין ישׂראל־מעדיאַ האָט זי דערפֿירט צום פֿאַרלאָזן די אַרבעט, מחמת דעם גרויסן ייִאוש. „די פּראָבלעם און דאָס מקיים זײַן אַ לייזונג זענען גאָר נישט געווען קאָמפּליצירט; ישׂראל מוז פּשוט זיך פֿירן על-פּי דעם געזעץ. אָבער די כּוח-באַציִונגען צווישן די צדדים, און נישט דער געזעץ, באַשטימען בפּועל-ממש די רעאַליטעט. עס זענען דאָ גרויסע שיכטן פֿון קאָרופּציע בײַ ביידע צדדים. זיכער, האַלט ישׂראל דעם גאַנצן כּוח אין אירע הענט, אָבער אויך די פּאַלעסטינער אויטאָריטעט פּראָבירט נישט גענוג שטאַרק צו שטיין אויף אירע אייגענע פֿיס.‟
די פֿרילינג־רעוואָלוציע אין עגיפּטן האָט ליסאַן שטאַרק געצויגן צו זיך, און זי האָט געזאַמלט גענוג געלט אַהין צו פֿאָרן. פֿאַרשטייט זיך, איז זי געוואָרן אַנטוישט פֿון די רעזולטאַטן: „די אַרמיי איז דאָרט געבליבן פֿאַראַנטוואָרטלעך איבער אַלצדינג.‟
מורסי און די „מוסולמענישע ברידער‟ פֿאַרגלײַכט זי צו דער ישׂראלדיקער ש״ס־פּאַרטיי: „ביידע זענען זיי זייער גוטע קהילה-אָרגאַניזאַטאָרן פֿאַר פֿאַרצווייפֿלטע מענטשן; אָבער די פּאָפּוליסטישע פֿרומקייט איז נישט מסוגל צו רעגירן איבער אַ מדינה.‟ גאָלדמאַן זאָגט, אַז דער אַנטיסעמיטיזם אין עגיפּטן זעט אויס זייער מאָדנע און קאַריקאַטוריש. „פֿון איין זײַט, בענקט מען נאָך דער פֿאַר-נאַצער מולטי-קולטורעלער געזעלשאַפֿט (דער מיטלשטאַנד ספּעציעל אידעאַליזירט די תּקופֿה), און מע גלאָריפֿיצירט די עגיפּטישע ייִדן. אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, קען מען קויפֿן אַ קאָפּיע פֿון ׳די פּראָטאָקאָלן פֿון זקני-ציון׳ אין דעם טאַכריר-סקווער.‟
פֿון די לעצטע וואַלן-רעזולטאַטן אין ישׂראל שעפּט זי נישט צו פֿיל נחת. זי מיינט דערצו נישט, אַז אָבאַמאַ וועט קומען מיט אַ ממשותדיקער שלום-איניציאַטיוו אין זײַנע לעצטע 18 חדשים אין „ווײַסן הויז‟. „עס וועט אים נאָר צרות ברענגען. למאַי דאַרף ער עס? נתניהו ווידער, איז פֿאַראינטערעסירט נאָר אין 3 זאַכן: צו בלײַבן בײַ דער מאַכט; נאָכצופֿאָלגן די מיינונגען פֿון זײַן ווײַב, שעלדאָן עדעלסאָן, ראָן דערמער, וכדומה; און צו בלײַבן דער איינציקער באַהערשער איבערן גאַנצן ארץ-ישׂראל.‟
און וואָס האַלט ליסאַ מכּוח איר וווינען אין ניו-יאָרק? „ניו-יאָרק איז דאָס בעסטע אָרט אויף דער וועלט פֿאַר ייִדן. מע קען דאָ דעפֿינירן די ייִדישע אידענטיטעט ווי מע וויל. דאָ איז דער ייִדישער צענטער. ווען נישט דער סיכסוך, וואָלט ישׂראל בפֿירוש געקאָנט דינען ווי דער צענטער. דערצו, איז מען דאָרט נישט אָפֿן צו דעפֿינירן ייִדישע אידענטיטעטן פֿון כּלערליי פּערספּעקטיוון. אויב מע וועט פֿרעגן די ישׂראל-פֿירער, וואָס עס הייסט צו זײַן אַ ייִד, וועלן זיי נישט אַרויסקומען מיט קיין טיפֿע ענטפֿערס. אין ניו-יאָרק פֿיל איך זיך אינטעלעקטועל פֿרײַ.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.