ייִדיש בײַם מלך אַחשוורוש

Yiddish in Ahasuerus‘ Kingdom

דער טאַשקענטער טעאַטראַלער קרײַז, וואָס האָט געשפּילט אויף ייִדיש
mytashkent.uz
דער טאַשקענטער טעאַטראַלער קרײַז, וואָס האָט געשפּילט אויף ייִדיש

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 16, 2015, issue of May 01, 2015.

דעם פֿאַרגאַנגענעם יום־טובֿ, פּסח, וואָס איך האָט פֿאַרבראַכט אינעם ייִדיש־רעדנדיקן שטעטל מאָנסי לעבן ניו־יאָרק, האָט מײַנער אַ באַקאַנטער, אַ טאָשער חסיד, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיטן סדר, דערקלערט זײַן משפּחה און די פֿאַרזאַמלטע געסט, אַז ייִדן זענען געראַטעוועט געוואָרן פֿון גלות־מצרים צוליב דעם, וואָס זיי האָבן נישט געביטן זייער לשון און ווײַטער גערעדט אויף ייִדיש.

מײַן באַקאַנטער האָט פֿאַקטיש איבערגעחזרט די ווערטער, וואָס איך האָב געהערט מיט אַ חודש פֿריִער, בײַ דער פּורים־סעודה אין וויליאַמסבורג. אַ פֿאָרשטייער פֿון דער גאָר טראַדיציאָנעלער סאַטמאַרער גרופּע „בני־יואל‟ האָט דעמאָלט באַטאָנט בײַם טיש, אַז דער בריוו, וואָס אַחשוורוש האָט צעשיקט צו די ייִדישע קהילות אין אַלע זײַנע מדינות, איז געווען אָנגעשריבן „כּכתבֿם וכלשונם‟ — מיט די ייִדישע אותיות אויף דער ייִדישער שפּראַך — נישט אויף פּערסיש, חלילה! דווקא די ייִדישע שפּראַך האָט זיי געראַטעוועט, האָט דערקלערט דער חסיד.

אויפֿן ערשטן בליק, קלינגט אַזאַ כּמו־ייִדישיסטישער אָפּטײַטש פֿון דער פּסח־הגדה און מגילת־אסתּר ווי אַ נאַיִווע גוזמא. דער יושר פֿון דער מעכטיקער אַכאַמעניד־דינאַסטיע, וועלכע האָט מיט דריטהאַלבן טויזנט יאָר צוריק אָנגעפֿירט מיט דער ריזיקער פּערסישער אימפּעריע, וואָלט זיכער געקענט אַראַמיש, די אָפֿיציעלע שפּראַך פֿון זײַן מולטיקולטורעלן לענדער־פֿאַרבאַנד, און האָט געקענט זײַן באַקאַנט מיט עלאַמיש, אַקאַדיש און, מעגלעך, אַפֿילו אַ ביסל שומעריש. ער וואָלט אָבער זיכער נישט געקאָנט אַרויסגעבן אַ באַפֿעל אויף דער שפּראַך פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס לידער צי די שׂיחות פֿונעם ליובאַוויטשער רבין. אַפֿילו די סאַמע פֿאַרביסענע ייִדישיסטן זענען מסכּים, אַז אין יענער צײַט איז די גאַנצע גערמאַנישע גרופּע פֿון שפּראַכן נאָר־וואָס אויפֿגעקומען אין סקאַנדינאַוויע, שוין אָפּגערעדט פֿון אונדזער רעלאַטיוו יונג לשון ייִדיש.

פֿונדעסטוועגן, שטעקט אין די ווערטער פֿון די חסידישע כּמו־ייִדישיסטן אַ געוויסער שׂכל. דער מחבר פֿון די שורות האָט נישט איין מאָל געשריבן וועגן די סיבות פֿון אַזאַ שיטה. דער מונקאַטשער רבי, „מנחת אלעזר‟, רבי אַהרן ראָט, דער גרינדער פֿונעם „תּולדות־אַהרנער‟ חסידות, און אַ צאָל אַנדערע באַקאַנטע פֿרומע דענקער האָבן באַטאָנט, אַז אין אַלע תּקופֿות האָט זיך די שפּראַך פֿון ייִדן אונטערגעשיידט פֿון זייערע שכנים. הגם די ייִדן אינעם אוראַלטן מצרים און אַחשוורושס פּערסיע וואָלטן אונדז זיכער נישט פֿאַרשטאַנען, האָבן זיי גערעדט אויף אַן אייגענעם מין „ייִדיש‟, וועלכער האָט זיי אָפּגעהיט פֿון אַסימילאַציע.

אין דער אמתן, איז עס אָבער אַן אָפּשפּיגלונג פֿון אַ ספּעציפֿיש אַשכּנזישער פּערספּעקטיוו. הגם אַ ריי ייִדישע עדות האָבן געשאַפֿן אייגענע דיאַלעקטן, האָבן די אָרטיקע ייִדישע קהילות אין אַנדערע לענדער אַלעמאָל גערעדט אויף דער געוויינטלעכער אַרומיקער שפּראַך, הגם אין דער רעליגיעזער ספֿערע האָבן זיי זיך, אַוודאַי, באַנוצט מיט געוויסע ספּעציפֿישע לשון־קודשדיקע טערמינען. למשל, די אַלט־פֿראַנצויזישע ווערטער בײַם רש״י דינען הײַנט ווי זייער אַ וויכטיקער ידיעות־קוואַל וועגן דעם אַלגעמיינעם לשון פֿון יענצײַטיקן פֿראַנקרײַך.

די דאָזיקע חסידישע שמועסן, אַחוץ די לינגוויסטישע טשיקאַוועסן, האָבן מיר דערמאָנט אין גאָר אַ וויכטיקן היסטאָרישן מאָמענט. אַ ריזיקע צאָל ייִדן, וואָס האָבן טאַקע גערעדט אויף ייִדיש, האָבן זיך געראַטעוועט פֿון דער שרעקלעכער גענאָציד־סכּנה אין אַ געוועזענער פּראָווינץ פֿון דער פּערסישער אימפּעריע. אין אַ געוויסן זין, האָט די פּורים־מעשׂה זיך טאַקע איבערגעחזרט. די אָרטיקע ייִדישע תּושבֿים האָבן אָבער פֿון קדמונים אָן גערעדט צווישן זיך דווקא אויף פּערסיש — אַ גילגול פֿון אַחשוורושס מאַמע־לשון.

דעם קומענדיקן חודש, וועט די וועלט פּראַווען דעם 70סטן יאָרטאָג נאָכן גרויסן נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד. די אַמעריקאַנער ייִדן ווייסן, אַוודאי, וועגן דער גרויסער ראָלע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן אינעם דאָזיקן נצחון. די אַמעריקאַנער רעגירונג, בראָש מיט די פּרעזידענטן רוזוועלט און טרומאַן, האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט אַרײַנצולאָזן די ייִדישע פּליטים בעת דעם חורבן; ווייניקער ווי 100 טויזנט פֿון זיי האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן קיין אַמעריקע בעתן חורבן.

אַ טייל ייִדן מיינען, אַז דער בעסטער מקום־מיקלט איז געווען פּאַלעסטינע. דאָס איז זיכער נישט אמת. די בריטישע מאַכט האָט שטאַרק באַגרענעצט די אימיגראַציע; בלויז אַ פּאָר צענדליק טויזנט ייִדישע פּליטים האָט זיך אײַנגעגעבן זיך צו דערקלײַבן אין ארץ־ישׂראל, מיט שוועריקייטן און אומלעגאַלע קונצן פֿון 1941 ביז 1945, ווען די נאַציס האָבן סיסטעמאַטיש אויסגעהרגעט די ייִדן אין אייראָפּע.

אַ בוכאַריש־ייִדישע משפּחה, 1901
Wiki Commons
אַ בוכאַריש־ייִדישע משפּחה, 1901

דעם 19טן פֿעברואַר 1942, האָט די ייִט״אַ איבערגעגעבן, אַז אין אוזבעקיסטאַן האָבן זיך דעמאָלט פֿאַרזאַמלט, מעגלעך, אַ מיליאָן ייִדישע פּליטים, וואָס די סאָוועטישע רעגירונג האָט זיי דאָרטן עוואַקויִרט פֿון אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, באַלטישע לענדער, בעסאַראַביע און אַנדערע ראַיאָנען. צענדליקער טויזנטער פּוילישע ייִדן האָבן אויך איבערגעלעבט די מלחמה אין אוזבעקיסטאַן. אַ גרויסע צאָל ייִדן האָט זיך געראַטעוועט אויך אין די אַנדערע צענטראַל־אַזיאַטישע סאָוועטישע רעפּובליקן.

די סאָוועטישע רעגירונג האָט געבראַכט קיין אוזבעקיסטאַן אַ גרויסע צאָל ייִדישע קולטור־טוער. למשל, אונדזער שרײַבער־קלאַסיקער דער ניסתּר האָט פֿון 1941 ביז 1943 געוווינט אין טאַשקענט. אין אַזעלכע פֿאַלן, גאַנץ פּאַראַדאָקסאַל, איז מײַן חסידישער חבֿר גערעכט: געוויסע יחידים האָבן זיך דאָרטן געראַטעוועט פֿונעם נאַציסטישן „המן” אַ דאַנק דער ייִדישער שפּראַך. צום באַדוירן, איז אָבער דער ניסתּר מיט עטלעכע יאָר שפּעטער געפֿאַלן אַ קרבן פֿון סטאַלינס אַנטיסעמיטישער פּאַראַנאָיע.

הגם ס׳איז שווער אויסצורעכנען די גענויע פּראָפּאָרץ פֿון די פּליטים צווישן פֿאַרשיידענע לענדער פֿון דער סאָוועטישער צענטראַל־אַזיע, קאָן זײַן, אַז דער רום פֿונעם אַרײַננעמען די גרעסטע צאָל עוואַקויִרטע ייִדישע פּליטים בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה געהערט צו דעם דאָזיקן מוסולמענישן לאַנד, וווּ ייִדן האָבן געוווינט, ווי מע איז זיך משער, נאָך פֿאַר די צײַטן פֿון מרדכי ואסתּר, און במשך פֿון הונדערטער יאָר געשאַפֿן אַן אייגענעם פּערסישן דיאַלעקט — בוכאַריש. אַ טייל פּליטים האָבן זיך געלאָזט נאָך ווײַטער, ממש אינעם צענטער פֿון די פּורים־געשעענישן. אין טעהעראַן פֿונקציאָנירט נאָך אַלץ די אַשכּנזישע „דניאל־שיל‟, געשאַפֿן דורך פּוילישע ייִדן אין די 1940ער יאָרן, הגם הײַנט דאַוונען דאָרטן, על־פּי־רובֿ, די אָרטיקע פּערסיש־רעדער.

פֿאַר דער רעוואָלוציע, האָט די צאַרישע מאַכט נישט דערלויבט די אַשכּנזישע ייִדן צו וווינען אין צענטראַל־אַזיע, מחוץ דעם תּחום־המושבֿ. די ערשטע גרויסע כוואַליע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן האָט זיך באַוויזן אינעם דאָזיקן ראַיאָן אין די ערשטע יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע. אין די 1920—1930ער יאָרן האָבן אין טאַשקענט געבליט ביידע ייִדישע קולטורן. די ייִדיש־רעדער האָבן געלייענט די אָרטיקע ייִדישע צײַטונג „די קאָמוניסטישע פֿאָן‟. די אָרטיקע בוכאַרישע הויפּט־צײַטונג האָט געהייסן „בײַראָקי מיהנאַט‟, וואָס מיינט פֿאַקטיש דאָס זעלביקע: „די אַרבעטער־פֿאָן‟. אין די אָרטיקע טעאַטערס האָט מען געשפּילט אויף ביידע לשונות; ביז 1940 האָט די סאָוועטישע רעגירונג אָפֿיציעל געשטיצט די בוכאַריש־ייִדישע שפּראַך און געשאַפֿן אַ נעץ נאַציאָנאַלע שולן.

ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז צווישן ייִדיש און בוכאַריש איז פֿאַראַן אַ גרויסער סאָציאָ־לינגוויסטישער חילוק. די בוכאַרישע דיאַלעקטן שיידן זיך ווייניק אונטער פֿונעם נישט־ייִדישן פּערסיש, בפֿרט פֿונעם טאַדזשיקישן וואַריאַנט. אַדרבה, אַ סך גוטע קענער פֿון דער שפּראַך שטאָלצירן, אַז זיי קאָנען פֿאַרשטיין די קלאַסישע מיטל־עלטערלעכע פּערסישע פּאָעזיע בעסער, ווי די איראַנער, ווײַל בײַ ייִדן האָבן זיך אָפּגעהיט אין מויל אַ צאָל ספּעציפֿישע אַלטע ווערטער. אויב מע באַנוצט זיך נישט מיט אַ קליינער צאָל לשון־קודשדיקע, אוזבעקישע און רוסישע ווערטער, קאָן אַ בוכאַרישער ייִד זיך גאַנץ גרינג צונויפֿרעדן מיט אַן איראַנישן מוסולמענער.

אין די יאָרן 2004—2006, האָט אַ גרופּע פֿאָרשער געשאַפֿן אַ וועבזײַט, וווּ מע קאָן אויסגעפֿינען די אינפֿאָרמאַציע וועגן 152,000 ייִדישע פּליטים, וואָס זענען עוואַקויִרט געוואָרן בעת דער מלחמה אין טאַשקענט, די אוזבעקישע הויפּטשטאָט. צוליב דער עוואַקואַציע, האָט די ייִדישע דעמאָגראַפֿיע פֿון אוזבעקיסטאַן זיך שטאַרק געביטן. אינעם יאָר 1959 האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט באַטראָפֿן 5.2 פּראָצענט — 50 טויזנט נפֿשות, על־פּי־רובֿ אַשכּנזים. ממילא, האָט זיך במשך פֿון דער צײַט געשאַפֿן אַ נײַע כּמו־עדה — ייִדן מיט אַ געמישטער אַשכּנזיש־בוכאַרישער ירושה. אין ניו־יאָרק, איז אַזאַ קאָמבינאַציע גאַנץ פֿאַרשפּרייט.

צו דער „לימוד‟־קאָנפֿערענץ פֿאַר די פּאָסט־סאָוועטישע ייִדן, וועלכע איז פֿאָרגעקומען מיט צוויי וואָכן צוריק אין ניו־דזשערזי, האָבן ספּעציעלע אויטאָבוסן געבראַכט די באַטייליקטע סײַ פֿון די רוסיש־אַשכּנזישע ברוקלינער קוואַרטאַלן, סײַ פֿון די בוכאַרישע ראַיאָנען פֿון קווינס. דער בוכאַרישער קהילה־טוער מנשה חיימאָוו איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ לעקציע וועגן דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דער בוכאַריש־ייִדישער קולטור אינעם הײַנטיקן ניו־יאָרק.

לויט פֿאַרשיידענע חשבנות, באַטרעפֿט הײַנט די ייִדיש־בוכאַרישע באַפֿעלקערונג אין דער וועלט פֿון 150 ביז איבער 300 טויזנט נפֿשות. ס׳קאָן זײַן, אַז די ציפֿערן וואַקלען זיך צוליב די געמישטע בוכאַריש־אַשכּנזישע משפּחות. עטלעכע טויזנט ייִדן וווינען נאָך אַלץ אין אוזבעקיסטאַן. צום באַדויערן, איז בלויז דער עלטערער דור, געוויינטלעך, גוט באַקאַנט מיט דער שפּראַך, הגם אַ צאָל אַקטיוויסטן שטרעבן עס צו פֿאַרשפּרייטן און אויפֿצולעבן.

עס קאָן זײַן, אַז עס וועט זיך נאָך שאַפֿן אַן ענטוזיאַסטישע סבֿיבֿה אַרום דעם אַשכּנזיש־בוכאַרישן קולטור־געמיש. אויף די גאַסן פֿון קווינס און ברוקלין קאָן מען טרעפֿן נישט ווייניק מענטשן, וואָס קאָנען פֿאַרחידושן די דערמאָנטע חסידישע ייִדישיסטן מיט דעם פֿאַקט, וואָס אין זייער משפּחה זענען ביידע שפּראַכן, ייִדיש און פּערסיש, געווען גאַנץ ייִדישלעך און היימיש.