„וואָל סטריט‟ און די ייִדן

Wall Street and the Jews

Getty Images

פֿון לייזער בורקאָ

Published April 19, 2015, issue of May 15, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער אמת איז, אַז „וואָל סטריט‟ איז אַן עכט ייִדישער פּלאַץ שוין הונדערט פֿופֿציק יאָר, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ אַלע רעכט דאָ צו זײַן אויך. די דײַטשע יאַהודים האָבן זינט דעם אַמעריקאַנער בירגערקריג געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער פֿינאַנץ־וועלט — אַזעלכע פֿירמעס ווי „גאָלדמאַן זאַקס‟, „זעליגמאַן און קאָ.‟ און „קוהן, לאָוב און קאָ.‟ (Kuhn Loeb). אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן כּלל־טוער יעקבֿ שיף, איז „קוהן לאָוב‟ לאַנגע יאָרן געווען דער צווייט וויכטיקסטער אינוועסטמענט־באַנק אין אַמעריקע (אין 1977 איז עס געוואָרן אַ טייל פֿון „לעהמאַן ברידער‟). „גאָלדמאַן זאַקס‟ איז נאָך הײַנט דער וויכטיקסטער באַנק.

ייִדן זײַנען געוואָרן אַזעלכע גרויסע באַנקירער, אַז „וואָל סטריט‟ און „ייִדן‟ זײַנען געוואָרן סינאָנימישע באַגריפֿן אינעם פֿאָלקס פֿאַנטאַזיע — אַזוי קען מען לייענען אין דער אַנטיסעמיטישער פּרעסע, סײַ פֿון אַ מאָל, סײַ פֿון הײַנט — אין אינטערנעץ. אַוודאי, העלפֿט ניט, וואָס עטלעכע פֿון די גרעסטע שווינדלער די לעצטע יאָרן זײַנען ייִדן — ווי בערני מיידאָף, אָדער דער העלד פֿונעם פֿילם „דער וואָלף פֿון וואָל סטריט‟, דזשאָרדין בעלפֿאָרט. זינט 1987 זײַנען אַלע פֿאָרזיצער פֿונעם „פֿעדעראַלן רעזערוו‟ ייִדן: אַלאַן גרינספּאַן, בען בערנאַנקע, און איצט דזשאַנעט יעלען. ס׳איז ניט קיין חידוש, וואָס די אַנטיסעמיטן זעען אין דעם אַ קאָנספּיראַציע פֿון וועלט־ייִדנטום.

די הײַנטיקע „וואָל סטריט‟ איז שוין ניט אַזוי צענטראַל ווי ס׳איז געווען מיט הונדערט יאָר צוריק. דעמאָלט האָט מען געדאַרפֿט מאַכן געשעפֿטן פּנים־אל־פּנים, געבן די האַנט, אונטערשרײַבן דעם קאָנטראַקט, אויסבײַטן די אַקציעס. הײַנט קען מען עס טאָן עלעקטראָניש טויזנטער מײַלן פֿון ניו־יאָרק, אויב נייטיק, אַפֿילו אין — ניו־דזשערזי. די גרויסע אינוועסטמענט־בענק זײַנען אַלע אַוועק פֿון „וואָל סטריט‟ און האָבן זיך באַזעצט אין אַנדערע ערטער, מיטן אויסנאַם פֿונעם אַמעריקאַנער פֿיליאַל פֿון דער „דײַטשער באַנק‟. אין יענעם בנין, אַגבֿ, געפֿינט זיך אַ גרויסער אַטריום, אַן אָפֿענער פּלאַץ, וואָס האָט געדינט די אַקטיוויסטן פֿון „אָקופּירט וואָל סטריט‟ ווי אַ מין הויפּטקוואַרטיר.

פֿון דעסטוועגן, שפּילט דער פֿינאַנץ־סעקטאָר ווײַטער זייער אַ וויכטיקע ראָלע אין ניו־יאָרק. בלויז 350,000 מענטשן, אַן ערך, אַרבעטן דאָ אין פֿינאַנץ, אָבער זיי צאָלן אפֿשר אַ דריטל פֿון די שטײַערן. אַ שלעכט יאָר פֿאַר „וואָל סטריט‟ איז אויך אַ שלעכט יאָר פֿאַר „מיין סטריט‟ (אַזוי הייסט די הויפּטגאַס פֿון אַ סך אַמעריקאַנער שטעטלעך) — פֿאַר אַלע ניו־יאָרקער, אַרײַנגערעכנט די צוויי מיליאָן ייִדן אין און אַרום דער שטאָט.

הײַנט קען ניט געמאָלט זײַן אַ „וואָל סטריט‟ אָן ייִדן — ס׳איז ווי אַ קליאַמקע אָן אַ טיר, אַ רבֿ אָן אַ רביצין, אַ קלויסטער אָן אַ גלאָק. אָבער ווי לאַנג וועט די דאָזיקע פֿאַרבינדונג נאָך עקסיסטירן? דאַכט זיך, אויף זייער לאַנג. ס׳איז אמת, אַז אַ סך יונגע ייִדן פֿאַרנעמען זיך ניט מיטן זעלבן מין אַרבעט ווי די פֿריִערדיקע דורות; אַנשטאָט צו ווערן בוכהאַלטער, אַדוואָקאַטן, און דאָקטוירים, ווילן זיי בעסער פֿאַרנעמען זיך מיטן עקאָלאָגישן פֿאַרמערײַ, מיט פּאָעזיע, מאָדערנע טענץ און נאָך אַזעלכע זאַכן. אָבער אַ גרויסער חלק פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג וועט ווײַטער זײַן פֿאַראינטערעסירט, דער עיקר, אין פֿאַרדינען אַ סך געלט: די אָרטאָדאָקסן. ווײַל „אם אין קמח, אין תּורה‟, און כּדי צו האָדעווען אַ סך קינדער, דאַרף מען האָבן אַ סך קמח.