דער שװעדישער אַמבאַסאַדאָר האָט באַזוכט דעם מעלבורנער דענקמאָל אין אָנדענק פֿונעם שװעדישן דיפּלאָמאַט ראַול װאַלענבערג, דעם רעטער פֿון פֿיל אונגאַרישע ייִדן אין 1944 און 1945. דער דענקמאָל געפֿינט זיך אין דער פֿאָרשטאָט קיו. דער סקולפּטאָר דערפֿון איז געװען דער פּליט קאָרל דולדיג. דער אַמבאַסאַדאָר האָט זיך געטראָפֿן מיטן לאָקאַלן פֿאָרשטײער אינעם פֿעדעראַלן פּאַרלאַמענט און גערעדט װעגן זײַנע פּלענער פֿאַר אַ נײַער אױסשטעלונג װעגן װאַלענבערגן. הײַיאָר װערט 70 יאָר זינט װאַלענבערג איז פֿאַרשװוּנדן געוואָרן נאָך דעם װי די סאָװעטן האָבן פֿאַרנומען בודאַפּעשט.
דער ועד־הכּשרת פֿון דער שטאַט װיקטאָריע האָט געמאָלדן, אַז אַ רײ שפּײַז־פֿירמעס האָבן באַשלאָסן מער נישט צו דרוקן זײַן סימבאָל אױף די פּעקלעך פֿון די שפּײַזן נאָך דעם, װאָס די רעכט־געשטימטע גרופּעס האָבן געפֿאָדערט, אַז די איסלאַמישע כאַלאַל־צערטיפֿיקאַציע זאָל פֿאַרװערט װערן אין אױסטראַליע. לױטן ועד, האָבן צען פֿירמעס געזאָגט, אַז זײ װילן נאָך אַלץ האָבן צערטיפֿיקאַציע פֿון כּשר־שפּײַז, נאָר אױב זײ װעלן מער נישט דרוקן די כאַלאַל־צערטיפֿיקאַציע, קענען זײ מער נישט דרוקן די כּשרת־צערטיפֿיקאַציע. פֿיר אָדער פֿינף פֿירמעס האָבן צוגענומען די כּשרת־צערטיפֿיקאַציע פֿון זײערע פּראָדוקטן. דער פּרעזידענט פֿונעם עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום האָט געזאָגט: „אױב עס איז אמת, אַז אַ טײל פֿירמעס האָבן מורא, אַז די אַלגעמײנע באַפֿעלקערונג פֿון לאַנד װעט בויקאָטירן די פּראָדוקטן, װעלכע טראָגן סימבאָלן פֿון זײער אָנערקענונג װי כּשר אָדער װי כאַלאַל, איז דאָס אַ גרױסע פּראָבלעם פֿאַר אױסטראַליע, װאָס שפּיגלט אָפּ רעליגיעזע אומטאָלעראַנץ.‟
אַ צװײַג פֿון דער פֿעדעראַלער רעגירונג װעט אױספֿאָרשן דעם „אָסטרעליען דזשויִש קאָמיונעל לאָבי” נאָך דעם װי צװײ פֿון די פֿינף פֿאַרשריבענע דירעקטאָרן פֿונעם „לאָבי” האָבן געזאָגט, אַז זײ האָבן קײן מאָל נישט אָנגענומען די פּאָסטנס. אײנער פֿון זײ האָט רעזיגנירט אַזױ גיך װי ער האָט זיך דערװוּסט, אַז דער „לאָבי” האָט אָנגעזאָגט דער רעגירונג אין נאָװעמבער, 2014, אַז ער איז זײַנער אַ דירעקטאָר. דאָס איז געשען אין חודש מאַרץ. דער פּרעזידענט פֿונעם „לאָבי” װיל אָפּזאָגן אַ צװײטן דירעקטאָר נאָך דעם װי יענער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אױפֿן „לאָביס” פֿײסבוק־זײַט, אַז דער „לאָבי” װעט באַצאָלן לעגאַלע קאָסטן פֿון אַלע, װעלכע זײַנען אַרעסטירט געװאָרן בעת זײ האָבן פּראָטעסטירט קעגן פּליטים מיט עטלעכע װאָכן צוריק. אַ דריטער דירעקטאָר איז גאָרנישט קײן ייִד און זאָגט, אַז אױך ער האָט נישט געזאָגט, אַז ער איז מסכּים צו זײַן אַ דירעקטאָר פֿונעם „לאָבי”. אַ פֿערטער דירעקטאָר האָט אױך געזאָגט, אַז ער איז קײן מאָל נישט מסכּים געװען צו װערן אַ דירעקטאָר פֿונעם „לאָבי”. דער פּרעזידענט פֿונעם „לאָבי” זאָגט, אַז ער װעט אַרױסהעלפֿן די, װעלכע פֿירן אָן מיט דער אױספֿאָרשונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.