עס זײַנען דאָ זאַכן, וועלכע מײַן מוח — אַ פּנים, אַ פּרימיטיווער מכשיר — זאָגט זיך אָפּ, נעבעך, צו באַנעמען. אַ מאָל, פּינקטלעכער מיט 24 יאָר צוריק, האָב איך זיך באַטייליקט, דווקא גאַנץ אַקטיוו, אין דער צוגרייטונג און דער אַרבעט פֿון דעם מאָסקווער קאָנגרעס, אָרגאַניזירט דורך דעם „וועלט־ראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור‟. גלײַכצײַטיק האָב איך בשום־אופֿן ניט געקענט, און קען נאָך אַלץ ניט, פֿאַרשטיין און באַרעכטיקן דעם באָמבאַסטישן נאָמען פֿון אָט דער אָרגאַניזאַציע, וואָס עקזיסטירט שוין פֿאַקטיש נישט.
ווי איך פֿאַרשטיי, איז עס געווען פּשוט אַ פּראָפּאַגאַנדיסטישער פֿאַסאַד פֿאַר אַ ציוניסטישער אונטערנעמונג. אמת, קיין שאָדן האָט דער דאָזיקער „ראָט‟ (איך בין גאָר ניט זיכער, צי עמעצער האָט זיך אין אים צי מיט אים „געראָטן‟) ניט געבראַכט. און אייניקע גוטע זאַכן זײַנען פֿון אים יאָ אַרויס. עס וואָלט, אַגבֿ, גאָר ניט געשאַט אָנצושרײַבן אַ געשיכטע פֿון אָט דער סטרוקטור מיט אַ פֿאַרפֿירערישן נאָמען, וואָס האָט מיך אַמוזירט און גלײַכצײַטיק אַ ביסל דענערווירט.
דער דאָזיקער באַנוץ פֿון פֿאַלשע, פּוסטע ווערטער האָט זיך געפֿילט ווי אַ מין סאָוועטישער אַגיטפּראָפּ. איך האָב געטראַכט, און זאָג זיך נאָך אַלץ ניט אָפּ פֿון דעם דאָזיקן געדאַנק, אַז די מענטשן, וואָס האָבן אַזוי אָנגערופֿן די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע, האָבן אָדער קיין געפֿיל פֿאַר הומאָר (און פּראָפּאָרץ) ניט געהאַט, אָדער די חוצפּה זייערע איז געווען אַזוי גרויס און שטאַרק, אַז זי האָט געדינט ווי אַ וואַנט צווישן די ווערטער און דער רעאַלקייט. אָבער לאָמיך לאָזן צורו דעם „וועלט־ראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור‟.
די ווערטער „וועלט‟, „אַלוועלטלעכער‟ קלינגען מאָדנע אין אונדזערע טעג. אָט האָבן מיר נאָך אַזאַ גרויס־מאַסשטאַביקן נאָמען: „אַלוועלטלעכער ייִדישער קולטור־קאָנגערס‟. קוקט אַרײַן אין //congressforjewishculture.org און איר וועט זיך איבערצײַגן, אַז אַ סטרוקטור מיט אַזאַ קעפּל עקזיסטירט נאָך. אמת, אויף ענגליש רופֿט זיך עס באַשיידענער, אָן אַ שרײַערישן וועלט־אַרומכאַפּעניש: Congress for Jewish Culture. און אַ ניצלעכע אַרבעט ווערט טאַקע געפֿירט דורך אָט דעם קאָנגרעס, אַפֿילו אויב די וועלט ווערט פֿון דער דאָזיקער אַרבעט לחלוטין ניט אויפֿגעטרייסלט. איך וויל בשום־אופֿן ניט אויסלאַכן די מענטשן פֿון דעם „אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟; זיי זײַנען ניט שולדיק, וואָס די גרינדער פֿון דעם „קאָנגרעס‟ האָבן אויסגעקליבן אַזאַ נאָמען, וואָס האָט אַפֿילו אין זייערע גוטע צײַטן געדאַרפֿט קלינגען גאַנץ פּרעטענציעז און ניט־שײַכדיק.
פּונקט אַזוי, צי נאָך מער אַזוי, פּרעטענציעז און ניט־שייכדיק, קלינגט דער נאָמען פֿון דעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס — World Jewish Congress. פֿון סאַמע אָנהייב אָן, אין די 1930ער יאָרן, איז עס געווען אַ ציוניסטישע אונטערנעמונג. דער קאָנגרעס האָט אויף זיך גענומען דאָס שליחות צו רעדן אין נאָמען פֿון דעם גאַנצן ייִדנטום. איר געדענקט וואָס בנימין נתניהו האָט געזאָגט, איידער ער איז ערבֿ פּורים אַרײַן אין אַעראָפּלאַן, אויפֿן וועג קיין וואַשינגטאָן, צו האַלטן אַ רעדע אין דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס? ער האָט געזאָגט: “I feel that I am an emissary of all Israel’s citizens, even those who do not agree with me, and of the entire Jewish people”. דאָס הייסט, אַז מיט דער גאַנצער באַשיידנקייט זײַנער, האָט ער באַשלאָסן צו רעדן אויך אין מײַן נאָמען, אַפֿילו אויב איך, ווי די ישׂראלדיקע בירגער וואָס זײַנען ניט מסכּים מיט אים, האָב אים ניט געבעטן עס צו טאָן.
אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, איז דער ייִדישער וועלט־קאָנגרעס שוין לאַנג געוואָרן אַ צאַצקע פֿאַר רײַכע ייִדן, אויף אַזוי פֿיל רײַכע, אַז זיי האַלטן פֿאַר נייטיק צו רעדן פֿאַר אונדז, ניט פֿרעגנדיק אַפֿילו, צי מיר זײַנען איינשטימיק מיט זייערע רייד און באַשלוסן. דאָס הייסט גאָר ניט, אַז אַזאַ „קאָנגרעס‟ קען ניט אויפֿטאָן עפּעס גוטס. למשל, לעצטנס איז באַוווּסט געוואָרן, אַז אונטער זײַן דאַך איז געשאַפֿן געוואָרן אַן „אינטערנאַציאָנאַלער צענטער פֿאַר ייִדיש‟ — זען //worldjewishcongress.org/en/Yiddish%20Center. עס זעט אויס, אַז דער דאָזיקער צענטער איז באַזירט אין ווילנע. עס רופֿט אַרויס אַ פֿראַגע דאָס וואָרט „אינטערנאַציאָנאַלער‟, אָבער דאָס איז אפֿשר מײַן פּערזענלעכע פּראָבלעם, פֿאַרבונדן מיט דעם וואָס איך באַשעפֿטיק זיך איצט מיט דער געשיכטע פֿונעם סאָציאַליסטישן אינטערנאַציאָנאַל.
אַזוי צי אַזוי, אָבער עס זעט אויס, אַז אויף דער מאַפּע פֿון הײַנטיקן ייִדיש האָט זיך באַוויזן אַ נײַע אָרגאַניזאַציע. לאָמיר האָפֿן, אַז פֿון דעם וועט אַרויס אַ טאָלק. אַ ביסל פּאָסט־מאָדערניסטיש (צי פּשוט פּראָפּאַגאַנדיסטיש) קלינגען די יסודות פֿון דער אָרגאַניזאַציע, בפֿרט: Yiddish culture as an immortalization of a spiritual connection between the people of Israel and the Land of Israel. גראָד מיט דעם דאַרף זיך פֿאַרנעמען אַן אָרגאַניזאַציע אין ווילנע? אָבער איך פֿיל, אַז ווידער אַ מאָל טשעפּע איך זיך צו די ווערטער. דער עיקר, אַז זי זאָל זײַן מצליח.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.