מיכאל עפּעלבוימס שאַפֿערישע ירושה

Mikhal Epelboym's Creative Legacy

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published April 21, 2015, issue of May 15, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

פּונקט ווי מנחם קיפּניסעס קאָנצערטן און לידער־זאַמלונגען האָבן משפּיע געווען אויפֿן רעפּערטואַר פֿון חזנים אין אייראָפּע און אַמעריקע (עפּעלבוים בתוכם) אויף לאַנגע יאָרן, אַזוי האָבן אויך עפּעלבוימס רעקאָרדירונגען און קאָנצערטן געלאָזט אַ דויערנדיקן שטעמפּל אויפֿן רעפּערטואַר פֿון די סאָוועטישע ייִדן. אַ דאַנק דער נײַער רעקאָרדירונג און ביכל, קען מען איצט ריכטיק אָפּשאַצן דעם דאָזיקן רעפּערטואַר.
 מע קען דאָ אויך הערן עטלעכע לידער פֿון פּרץ מאַרקישס פּיעסע „ניט געדאגהט‟, וואָס זענען ניט באַקאַנט אין אַמעריקע: דאָס ליד „ניט געדאגהט‟ (מעלאָדיש, ענלעך צו „דזשאַנקוי‟) און „אַ טאַנץ אין סטעפּ‟.

און עס טאַנצן קאָמסאָמאָלקעס,
און עס טאַנצן — יונג און אַלט;
פּראַוועט זיך דער סטעפּ אַ מאָלצײַט,
פּראַוועט זיך דער סטעפּ אַ באַל.

די לעצטע זיבן לידער (דער עיקר, פֿאָלקסלידער; צווישן זיי — דעם קלאַסישן „איציקל האָט חתונה געהאַט‟, וואָס עמיל גאָראָוויץ האָט געזונגען אין זײַן רעפּערטואַר) זענען אַרויס אין 1939. אין אַזאַ ליד ווי „אַ ניגון אָן ווערטער‟ הערט מען סײַ עפּעלבוים דעם חזן, סײַ עפּעלבוים דעם אַקטיאָר. דער ניגון, אַגבֿ, ווערט ווײַטער גאַנץ געשמאַק געזונגען אין דער פּראָגראַם „ייִדיש־זומער־ווײַמער‟. אין געוויסע לידער האָט עפּלבוים דער חזן אַ ביסל צופֿיל איבערגעכאַפּט די מאָס; ווי אין „בײַט מיר אויס אַ פֿינף און צוואַנציקער‟, וווּ מע קען קוים דערקענען דאָס ליד, ווײַל ער שפּילט זיך אַזוי חזניש מיטן טאַקט פֿון ליד. אין „די חתונה איז געווען אין דער קאַזאַרמע‟ זינגט ער אָן קונצן און און מע שפּירט, אַז אין תּוך איז דאָס אַ ליבעליד. געוויסע לידער ווערן באַגלייט מיט בלויז אַ פּיאַנע, אַנדערע מיט אַ שאַפֿערישער אָרקעסטער־אַראַנזשירונג: אין ביידע פֿאַלן זענען די מוזיקער און אַראַנזשירונגען גאָר שאַפֿעריש.

זיכער איז עפּעלבוים נישט געווען דער איינציקער גרויסער סאָוועטישער זינגער, אָבער מע האָט אין אים כּמעט ווי פֿאַרגעסן, און די צוויי אַרויסגעבערס, אַלכּסנדר פֿרענקעל און עווגעני קאַזדאַן, קומט אַ האַרציקער דאַנק פֿאַר דער גרויסער מיצווה און פֿײַנער אַרבעט. מע קען הערן ווי מיכאל עפּעלבוים זינגט „איציקל האָט חתונה געהאַט‟ בײַ דער וועבזײַט: