די ייִדישע קולטור האָט געהאַט אירע אייגענע „סופּער־זינגערס‟, וועלכע האָבן איבערגעלאָזט אַ לאַנג־דויערנדיקן שטעמפּל אויף דער פּאָפּולערער קולטור. צום ערשטן מאָל קען מען איצט הערן אַלע אַלטע רעקאָרדירונגען אויף איין קאָמפּאַקטל פֿון דעם באַרימטן ייִדישן זינגער מיכאל עפּעלבוים, אַ דאַנק דער איבערגעגעבענער טירחה פֿון אַלכּסנדר פֿרענקעל און עווגעני קאַזדאַן, וועלכע האָבן אין 2014 אַרויסגעלאָזט דעם אַלבאָם „ייִדישע לידער פֿונעם רעפּערטואַר פֿון מיכאל עפּעלבוים פֿאַר שטים און קלאַוויר‟. די רעקאָרדירונג געפֿינט מען אין אַ בראָשירט ביכל מיט דער אַראַנזשירונג פֿון 17 פֿון די 25 לידער אויפֿן קאָמפּאַקטל.
מיכאל עפּעלבוים איז געווען אַזאַ „סופּער־זינגער‟. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1894 אין אָדעס און האָט זיך באַטייליקט אין די וואַנדערנדיקע ייִדישע טעאַטער־טרופּעס איבער רוסלאַנד און פּוילן. אין וואַרשע האָט ער זיך געלערנט אין דער מלוכישער קאָנסערוואַטאָריע. נאָך דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע איז ער אויפֿגעטראָטן סאָלאָ ווי אַ זינגער, און זײַנע קאָנצערטן האָבן באַקומען אַ גוואַלדיקן אָפּרוף. אין 1926 איז ער אויסגעפֿאָרן די וועלט — בערלין, פּאַריז, ניו־יאָרק, אַפֿריקע און בוענאָס־אײַרעס — און רעקאָרדירט זײַן ערשטע פּלאַטע אין ניו־יאָרק.
אין 1929 האָט ער זיך באַזעצט אין לענינגראַד און אַרומגעפֿאָרן איבער רוסלאַנד מיט קאָנצערטן. אין 1937 האָט מען אים צוגעטיילט דעם בכּבֿודיקן טיטל ווי אַן אויסערגעוויינטלעכן קינסטלער; אָבער ווי עס האָט זיך אָפֿט געטראָפֿן אין סטאַלינס יאָרן פֿון טעראָר, האָט זיך דאָס רעדל איבערגעדרייט און מע האָט עפּעלבוים אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אויף צען יאָר. ער האָט דאָס איבערגעלעבט און אין 1954 האָט מען אים באַפֿרײַט. כאָטש נישט קיין געזונטער, האָט ער גלײַך זיך גענומען ווידער אויפֿטרעטן מיט קאָנצערטן פֿון ייִדישע לידער פֿאָר די סאָוועטישע ייִדן, וועלכע האָבן געדאָרשט נאָך אַ ייִדיש ליד. ער האָט אינספּירירט די יונגע נחמה ליפֿשיץ, זי זאָל אויך זינגען ייִדיש פֿאַרן ברייטערן עולם. אין 1957 איז ער געשטאָרבן אין לענינגראַד.
בסך־הכּל האָט מיכאל עפּעלבוים רעקאָרדירט 25 לידער פֿון זײַן רעפּערטואַר, און אַלע פֿון זיי קען מען הערן אויפֿן קאָמפּאַקטל. ווי דערמאָנט, האָט מען אין ניו־יאָרק, אין 1927 מיט דער פֿירמע „קאָלומביע‟ רעקאָרדירט די ערשטע צוויי לידער — „די חסידים, דער רבי און דער גבאי‟ און „פֿייגע מיטן קוגל‟. אַ בילד פֿון יעדער פּלאַטע קען מען אויך זען אינעם אינפֿאָרמאַטיוון ביכל, וואָס גיט אַ מער באַריכותדיקע ביאָגראַפֿיע פֿונעם זינגער אויף רוסיש, געשריבן פֿון אַלכּסנדר פֿרענקעל.
אין די 1980ער יאָרן איז מיר אויסגעקומען צו רעקאָרדירן פֿאָלקסלידער בײַ צוויי נײַע אימיגראַנטן פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער ערשטער, מיט אַ שטאַרק קול, האָט געזונגען „אַ לייטערל צום הימל‟ און „די חתונה אין דער קאַזאַרמע‟ — ביידע לידער פֿאַרבונדן מיט דער צאַרישער אַרמיי; ביידע באַקאַנט געוואָרן, אַ דאַנק דעם זינגער עפּעלבוים.
די חתונה איז געווען אין דער קאַזאַרמע;
דער קאַזיאָנער רבינער איז אויך געווען דערבײַ.
אוי, אַ שבֿועה האָט ער בײַ מיר גענומען
איך זאָל דינען דעם קייסער געטרײַ.
פּונקט ווי מנחם קיפּניסעס קאָנצערטן און לידער־זאַמלונגען האָבן משפּיע געווען אויפֿן רעפּערטואַר פֿון חזנים אין אייראָפּע און אַמעריקע (עפּעלבוים בתוכם) אויף לאַנגע יאָרן, אַזוי האָבן אויך עפּעלבוימס רעקאָרדירונגען און קאָנצערטן געלאָזט אַ דויערנדיקן שטעמפּל אויפֿן רעפּערטואַר פֿון די סאָוועטישע ייִדן. אַ דאַנק דער נײַער רעקאָרדירונג און ביכל, קען מען איצט ריכטיק אָפּשאַצן דעם דאָזיקן רעפּערטואַר. מע קען דאָ אויך הערן עטלעכע לידער פֿון פּרץ מאַרקישס פּיעסע „ניט געדאגהט‟, וואָס זענען ניט באַקאַנט אין אַמעריקע: דאָס ליד „ניט געדאגהט‟ (מעלאָדיש, ענלעך צו „דזשאַנקוי‟) און „אַ טאַנץ אין סטעפּ‟.
און עס טאַנצן קאָמסאָמאָלקעס,
און עס טאַנצן — יונג און אַלט;
פּראַוועט זיך דער סטעפּ אַ מאָלצײַט,
פּראַוועט זיך דער סטעפּ אַ באַל.
די לעצטע זיבן לידער (דער עיקר, פֿאָלקסלידער; צווישן זיי — דעם קלאַסישן „איציקל האָט חתונה געהאַט‟, וואָס עמיל גאָראָוויץ האָט געזונגען אין זײַן רעפּערטואַר) זענען אַרויס אין 1939. אין אַזאַ ליד ווי „אַ ניגון אָן ווערטער‟ הערט מען סײַ עפּעלבוים דעם חזן, סײַ עפּעלבוים דעם אַקטיאָר. דער ניגון, אַגבֿ, ווערט ווײַטער גאַנץ געשמאַק געזונגען אין דער פּראָגראַם „ייִדיש־זומער־ווײַמער‟. אין געוויסע לידער האָט עפּלבוים דער חזן אַ ביסל צופֿיל איבערגעכאַפּט די מאָס; ווי אין „בײַט מיר אויס אַ פֿינף און צוואַנציקער‟, וווּ מע קען קוים דערקענען דאָס ליד, ווײַל ער שפּילט זיך אַזוי חזניש מיטן טאַקט פֿון ליד. אין „די חתונה איז געווען אין דער קאַזאַרמע‟ זינגט ער אָן קונצן און און מע שפּירט, אַז אין תּוך איז דאָס אַ ליבעליד. געוויסע לידער ווערן באַגלייט מיט בלויז אַ פּיאַנע, אַנדערע מיט אַ שאַפֿערישער אָרקעסטער־אַראַנזשירונג: אין ביידע פֿאַלן זענען די מוזיקער און אַראַנזשירונגען גאָר שאַפֿעריש.
זיכער איז עפּעלבוים נישט געווען דער איינציקער גרויסער סאָוועטישער זינגער, אָבער מע האָט אין אים כּמעט ווי פֿאַרגעסן, און די צוויי אַרויסגעבערס, אַלכּסנדר פֿרענקעל און עווגעני קאַזדאַן, קומט אַ האַרציקער דאַנק פֿאַר דער גרויסער מיצווה און פֿײַנער אַרבעט. מע קען הערן ווי מיכאל עפּעלבוים זינגט „איציקל האָט חתונה געהאַט‟ בײַ דער וועבזײַט:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.