די באַדינער פֿון די עלטערע לײַט

The Caretakers of the Elderly


פֿון טעאַ גלאַסמאַן (Forward)

Published April 21, 2015, issue of May 15, 2015.

ווען דידרע פֿישל, אַ ייִדישע פֿילמאָגראַפֿין אין ניו־יאָרק, האָט געזען ווי שווער עס קומט אָן איר 85־יאָריקער מאַמען צו וווינען אַליין, האָט זי זיך אונטערגענומען צו געפֿינען אַ פּאַסיקן אויפֿפּאַסער פֿאַר איר. וואָס מער זי האָט אָבער אויסגעפֿונען וועגן דער סיסטעם פֿון אויפֿפּאַסן אויף עלטערע לײַט, אַלץ שטאַרקער האָט פֿישל געגלייבט, אַז מע דאַרף מאַכן אַ פֿילם דערפֿון. אַזוי איז אַרויסגעוואַקסן דער קומעדיקער דאָקומענטאַר־פֿילם, Care (באַדינונג).

דער פֿילם, וואָס זוכט איצט פֿינאַנציעלע שטיצע https://www.kickstarter.com/projects/980008319/care, דערציילט די געשיכטעס פֿון דרײַ אויפֿפּאַסער און זייערע עלטערע קליענטן. ווילמאַ, די צענטראַלע פֿיגור פֿונעם פֿילם, איז אַן אומלעגאַלע אימיגראַנטין פֿון קאָסטאַ־ריקאַ, וואָס היט אַ 94־יאָריקע פֿרוי, וואָס הייסט די, און איז עובֿר־בטל. ווילמאַ פֿאַרדינט זייער ווייניק און קריגט בכלל נישט קיין בענעפֿיטן; די האָט שוין אויסגעניצט דאָס גאַנצע געלט, וואָס זי האָט אַ לעבן לאַנג אָנגעשפּאָרט.

רייטשעל מאַק׳קאָלאָ, אַן אַקטיוויסטקע פֿון דער אָרגאַניזאַציע „שלום־בית: גערעכטיקייט פֿאַר די אויפֿפּאַסער‟, און אַן עצה־געבערין פֿונעם פֿילם, זאָגט, אַז ווילמאַ און דיס סיטואַציע איז הײַנט אַ פֿאַרשפּרייטע. „זייער ווייניק פֿון אונדז זענען מסוגל אויסצוגעבן 50,000$ ביז 60,000$ אַ יאָר, צען יאָר לאַנג, פֿאַר היים־באַדינונג,‟ האָט מאַק׳קאָלאָ געזאָגט. „אַ סך פֿון אונדז זענען נישט גענוג אָרעם צו קריגן ׳מעדיקייד׳, אָבער קענען נישט אויספֿירן צו באַצאָלן פֿאַר פּריוואַטער פֿאַרזיכערונג פֿאַר לאַנג־יאָריקער באַדינונג.‟

דערפֿאַר שטעלט מען אָן די אומלעגאַלע אימיגראַנטן צו טאָן די אַרבעט. זיי באַצאָלט מען אַ סך ווייניקער.

Care TRAILER from Deirdre Fishel on Vimeo.