(די 2 טע זײַט פֿון 2)
טשעלעצקאַ נעמט ווי אַ בײַשפּיל איר שטאָט טשענסטאָכאָוו. אין דער שול האָט מען אַפֿילו נישט דערמאָנט, אַז פֿאַר דער מלחמה איז דאָרט געווען אַ גרויסער ייִדישער ייִשובֿ.
טשעלעצקאַ זאָגט, אַז פּוילן איז געוואָרן אַ סך אָרעמער אָן די פּוילישע ייִדן. די פּוילישע ייִדן זענען געווען זייער אָפֿענע און שעפֿערישע מענטשן. זי האָפֿט, אַז אַלץ מער און מער פּאָליאַקן וועלן טראָגן דעם געלן נאַרציס אין די קומענדיקע יאָרן.
זונטיק, דעם 19טן אַפּריל, האָט וואַרשע אָפּגעמערקט 72 יאָר זינט דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ.
די צערעמאָניע בײַ דעם באַרימטן געטאָ־קעמפֿער דענקמאָל לעבן דעם וואַרשעווער ייִדישן מוזיי, האָט זיך אָנגעהויבן מיטן זינגען פֿון „זאָג נישט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג‟. דער קאָנפֿעראַנסיע וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט דער צערעמאָניע, האָט דערמאָנט, אַז די ווערטער האָבן געזונגען די קעמפֿער אין געטאָ. איז דאָ כּדאַי צו דערמאָנען, אַז דער דאָזיקער רירנדיקער הימען האָט גאָר נישט צו טאָן מיט וואַרשע. דעם דאָזיקן הימען האָבן אָנגעשריבן און געזונגען די ווילנער פּאַרטיזאַנער. אַגבֿ, אין ווילנע איז נישט געווען קיין אויפֿשטאַנד אין געטאָ. געזונגען האָט מען דאָס ליד אין די נאַראָטשער וועלדער, וווּ די פּאַרטיזאַנער האָבן געפֿונען אַ מקום־מיקלט. דער הויפּט־רעדנער איז געווען דער מיניסטער וולאַדיסלאַוו באַרטאָשעווסקי.
באַרטאָשעווסקי, וואָס איז געווען בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אַקטיוו אין דער אָרגאַניזאַציע „זשעגאָטאַ‟, וואָס האָט געראַטעוועט טויזנטער ייִדן, האָט געזאָגט, אַז אין די מלחמה-יאָרן האָט ער נישט געחלומט זוכה צו זײַן צו באַגריסן דאָ אין וואַרשע, אין נאָמען פֿון דער פֿרײַער פּוילישער מדינה, די אַמבאַסאַדאָרין פֿון דער פֿרײַער ייִדישער מלוכה, מדינת־ישׂראל.
באַרטאָשעווסקי האָט באַטאָנט, אַז ישׂראל איז די איינציקע דעמאָקראַטיע אין מיטעלן מיזרח. פּוילן און ישׂראל זענען הײַנט פֿרײַע מדינות, וואָס האַלטן אויף די דערהויבענע אידעאַלן פֿון פֿרײַהייט און מענטשן-רעכט.
„לאָמיר האָפֿן, אַז אונדזערע קינדער און אייניקלעך וועלן ווײַטער פֿאַרטיידיקן די דאָזיקע לעבנסוויכטיקע אידעאַלן און לעבן אויף זייער מוסטער‟, — האָט דער 93־יאָריקער, אייביק יונגער, פּוילישער חסיד־אומות־העולם געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.