וועט דער „באַבילאָן 5‟ זיך אומקערן אויפֿן עקראַן?

Babylon 5 to Return in Movie Reboot?

דעלען, די אַמבאַסאַדאָרין פֿונעם פּלאַנעט מינבאַר (רעכטס), מיט דער קאָמאַנדירין סוזען איוואַנאָוואַ אויף דער קאָסמאָס־סטאַנציע „באַבילאָן 5‟
דעלען, די אַמבאַסאַדאָרין פֿונעם פּלאַנעט מינבאַר (רעכטס), מיט דער קאָמאַנדירין סוזען איוואַנאָוואַ אויף דער קאָסמאָס־סטאַנציע „באַבילאָן 5‟

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 23, 2015, issue of May 15, 2015.

מיט עטלעכע חדשים צוריק, נאָך אַ לאַנג־יאָריקן איבעררײַס, האָט דער רעזשיסאָר מײַקל סטראַזשינסקי געמאָלדן, אַז ער קלײַבט זיך צו שאַפֿן אַ נײַעם המשך־פֿילם אויפֿן סמך פֿונעם באַקאַנטן פֿאַנטאַסטישן טעלעוויזיע־סעריאַל „באַבילאָן 5‟. הײַיאָר, האָפֿט ער צו פֿאַרענדיקן דעם סצענאַר און אין 2016 אָנצוהייבן צו פֿילמירן. די ליבהאָבער פֿונעם סעריאַל באַטראַכטן איצט פֿאַרשיידענע השערות וועגן דעם פּראָיעקט; דער רעזשיסאָר אַליין האָט דערווײַל נישט דערקלערט קיין פּרטים.

נישט לאַנג צוריק, נאָכן טויט פֿונעם אַקטיאָר לענאַרד נימוי, האָבן זיך אין דער פּרעסע באַוויזן אַ ריי אַרטיקלען וועגן דעם ייִדישן תּוכן, וואָס שטעקט, כּלומרשט, אינעם קלאַסישן אַמעריקאַנער פֿאַנטאַסטישן סעריאַל „סטאַר־טרעק‟ („שטערן־נסיעה‟). אין דער אמתן, איז עס אַ שוואַכער בײַשפּיל פֿון „טעלעוויזיע־ייִדישקייט‟. אַ צאָל בפֿירוש ייִדישע עלעמענטן טרעפֿן זיך אָבער כּסדר יאָ אינעם „באַבילאָן 5‟.

אין פֿאַרגלײַך מיטן „סטאַר־טרעק‟, וווּ די צוקונפֿט זעט אויס ווי אַ נצחון פֿונעם אַמעריקאַנער קולטורעלן אימפּעריאַליזם איבער דער גאַנצער גאַלאַקטיק, און וווּ ייִדן ווערן בלויז דערמאָנט פֿון צײַט צו צײַט ברמז אָדער ווי אַ טשיקאַוועס פֿונעם ווײַטן אַמאָל, איז די הויפּט־קאָמאַנדירין פֿון דער קאָסמאָס־סטאַנציע „באַבילאָן 5‟, סוזען איוואַנאָוואַ, וועלכע באַקומט שפּעטער דעם העכסטן ראַנג פֿונעם סטאַנציע־קאַפּיטאַן, דווקא אַ רוסיש־רעדנדיקע ייִדישע פֿרוי, וואָס צינדט אָן חנוכּה־ליכט, זיצט שיבֿעה נאָך איר טאַטן, און באַצירט איר צימער, אויף טשיקאַוועס, מיט אַלטע סאָוועטישע פּלאַקאַטן.

אַן אַלטער פֿרומער חבֿר פֿון איר משפּחה, הרבֿ יוסף קאָזלאָוו, „פֿעטער יאָסל‟, באַווײַזט זיך אויף דער סטאַנציע און פּסקנט, אַז אומבאַקאַנטע פֿליישיקע מאכלים פֿון אַן אַנדער פּלאַנעט מעג מען עסן, ווײַל אין ערגעץ אין דער תּורה שטייט נישט געשריבן, אַז זיי זענען טרייף. די ראָלע פֿונעם רבֿ פֿירט אויס דער באַקאַנטער ייִדישער מוזיקער טעאָדאָר ביקעל. די אַקטריסע קלאַודיאַ קריסטשען, וואָס טרעט אויף ווי די קאָמאַנדירין, איז אַ טאָכטער פֿון אַ קריסטלעכער מאַמען און אַ וועלטלעכן ייִדישן טאַטן.

מײַקל סטראַזשינסקי, דער רעזשיסאָר פֿונעם סעריאַל, האָט איבערגעגעבן, אַז בײַם אָנהייב האָט ער באַטראַכט צו ווײַזן אינעם דערמאָנטן עפּיזאָד אַ גאַנצן הלכה־פּילפּול וועגן דעם פֿרעמד־פּלאַנעטישן פֿיש „טריל‟, אָבער באַשלאָסן, אַז פֿאַרן אַלגעמיינעם ציבור וואָלט אַזאַ דיסקוסיע געקלונגען צו נודנע. אין דער אמתן, האָבן אַ טייל רבנים טאַקע באַטראַכט אַ מעגלעכקייט, אַז אַלע באַשעפֿענישן פֿון אַנדערע פּלאַנעטן קאָנען טאַקע זײַן כּשר, אויב אַפֿילו זיי זעען אויס אינגאַנצן טרייף. אין דער גמרא סנהדרין דערקלערן די חז״ל, אַז אַ טמאנע זאַך קאָן נישט אַראָפּקומען פֿונעם הימל; ממילא, מוזן יענוועלטישע מאכלים זײַן כּשר.