בין איך מיר אַן אַרכעאָלאָגל...

When a linguist is an archeologist...

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published April 24, 2015, issue of May 15, 2015.

בשעת אַ שמועס מיט אַ גוטן־פֿרײַנד, האָב איך זיך פֿאַרטראַכט וועגן דעם ענין שפּראַכשיכטן, וואָס דער טעכנישער טערמין איז דאָס לאַטײַניש־שטאַמיקע „סטראַטן“ (strata בלע״ז). בײַ נאַכט האָב איך שוין געטראַכט וועגן שיכטן, ווי אויך וועגן דעם, פֿאַר וואָס זינגט מען אין ייִדישע פֿאָלקסלידער „בין איך מיר אַ שנײַדערל“ אָדער „בין איך מיר אַ שוסטערל“, אָבער קיין מאָל נישט „בין איך מיר אַן אַרכעאָלאָגל“…

וואָס טוט אַן אַרכעאָלאָג? ער זוכט דעם נעכטיקן טאָג: ער גראָבט זיך אַרײַן אין דער ערד און געפֿינט דאָרטן פֿאָסילן, איבערבלײַבן פֿון שוין לאַנג געפּגרטע חיות; וואָס טיפֿער מע גראָבט, אַלץ עלטער איז דאָס וואָס מע געפֿינט. אַזוי אויך מיט לשונות: יעדעס פֿאָלק געפֿינט זיך דאָך אויף די שפּורן פֿון פֿריִערדיקע פֿעלקער; און אין יעדנס בלוט זענען דאָ שפּורן פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלקער. אויף דעם האָט בשעתּו אָנגעוויזן מאַטעס (מתּתיהו) מיזעס בײַ דער טשערנעוויצער קאָנפֿערענץ (1908).

אָט ווייסט די וועלט, אַ שטייגער, אַז אין איטאַליע וווינען איטאַליענער און אין פֿראַנקרײַך — פֿראַנצויזן. ס’הייבט זיך נישט אָן: די איטאַליענער און די פֿראַנצויזן זענען ביידע אַ געמיש פֿון פֿעלקער. אין צפֿון־איטאַליע און צפֿון-פֿראַנקרײַך שטאַמט מען ס’רובֿ אָפּ פֿון גערמאַנישע שבֿטים. נישט אומזיסט הייסט דער ראַיאָן אַרום מילאַן „לאָמבאַרדיע“, פֿון די (גערמאַנישע) לאָמבאַרדן, „פֿראַנקרײַך“ (France) — פֿון די (גערמאַנישע) פֿראַנקען.

ווי אַזוי די מענטשן, אַזוי אויך זייער לשון. ווען די רוימער האָבן אײַנגענומען כּמעט גאַנץ אייראָפּע, האָבן זיי זייער לשון אָנגעוואָרפֿן אויף זייערע אונטערטאַנען, כאָטש זיי, די רוימער, זענען געווען אַ סך קלענער אין צאָל. נאָר די נײַע לשונות — איטאַליעניש, שפּאַניש, פֿראַנצייזיש, פּאָרטוגאַליש, רומעניש אאַז”וו — זענען נישט געווען קיין יש־מאַין. פֿאַרקערט, דאָס וואָס מע האָט גערעדט ביזן אָנקומען פֿון די רוימער, האָט אויך געלייגט אויף זיי אַ חותם. אין צפֿון־פֿראַנקרײַך האָט דער שיכט וואָס פֿון פֿאַר די רוימער, די גאַלן (אַ קעלטיש פֿאָלק), איבערגעלאָזט היפּשע שפּורן; זיי זענען דער „סובסטראַט“ (אונטערשיכט). די פֿראַנקען, וואָס זיי זענען אָנגעקומען נאָך די רוימער און האָבן איבערגעלאָזט נאָך שטאַרקערע שפּורן, זענען דער „אַדסטראַט“ (אייבערשיכט).

מיין איך, אַז אין דעם וואָס דער קלאַנג פֿון פֿראַנצייזיש איז מיט אַזוי פֿיל אַנדערש פֿונעם איטאַליענישן אָדער שפּאַנישן, זענען אַוודאי שולדיק די פֿראַנקען; אַ ראַיה איז, וואָס אין דרום־פֿראַנקרײַך רעדט מען מיט אַן אַקצענט וואָס איז זייער ענלעך צו איטאַליעניש, היפּש אַנדערש פֿון צפֿון.

דאָס וואָס רומעניש קלינגט אויך אַ סך אַנדערש פֿון זײַנע „ברידער“ האָבן מיר אַוודאי צו פֿאַרדאַנקען די סלאַוון און טערקן, וואָס זיי האָבן אַרויפֿגעלייגט אַן אייבערשיכט אויף רומעניש. אויב איר האָט, אָבער, געהערט רעדן פּאָרגאַליש (אין אייראָפּע, נישט אין בראַזיל), ווייסט איר, אַז דער קלאַנג דערמאָנט דעם נישט־קענער אין פּויליש אָדער רוסיש. פֿאַר וואָס? סײַדן מע קען דערווײַזן, אַז די אַלט־געזעסענע פּאָרטוגאַלן האָבן זיך אין גאַנצן נישט אָנגעקערט מיט די אַמאָליקע שפּאַניער, איז תּיקו.

און מאַמע־לשון? דאָ איז די מעשׂה נישט אַזוי גלאַטיק, ווײַל אונדזערע אַשכּנזישע ייִדן זענען דאָך נישט געזעסן פֿון ששת־ימי־בראשית אויף איין אָרט, נאָר זענען, ווי איר ווייסט, נע־ונד: פֿון ארץ־ישׂראל דורך איטאַליע און פֿראַנקרײַך קיין דײַטשלאַנד, און דערנאָך איבער גאַנץ אייראָפּע, דער הויפּט — אין די סלאַווישע לענדער. איז ווי אַזוי זשע דעפֿינירט מען אַפֿילו די טערמינען „אונטערשיכט“ און „אייבערשיכט“ אין שײַכות מיט ייִדן?

אויב מע נעמט אָן, אַזוי ווי ס’רובֿ פֿילאָלאָגן, אַז מאַמע־לשון איז אויפֿגעקומען אין דײַטשלאַנד, איז דער סלאַווישער קאָמפּאָנענט אַוודאי אַן אייבערשיכט, דער לעזישער (פֿון אַלט־פֿראַנצייזיש און אַלט־איטאַליעניש) — אַן אונטערשיכט. פֿאַר וואָס דער לעזישער איז בײַם הײַנטיקן טאָג אַזוי קליין, איז אַ רעטעניש וואָס מע וועט מסתּמא קיין מאָל נישט באַשיידן.

וואָס זשע איז, אָבער, דער לשון־קודשדיקער קאָמפּאָנענט? איז ער אַן אונטערשיכט — דאָס הייסט, ייִדן זענען קיין דײַטשלאַנד אָנגעקומען מיט אַ לעבעדיקן, אָדער כּמעט לעבעדיקן, לשון־קודש, אַזוי ווי ס’טענהט דוד קאַץ? אויב אַזוי, איז דער דײַטשישער קאָמפּאָנענט נישט דער יסוד פֿון דער שפּראַך, נאָר גאָר אַן אייבערשיכט. צי איז דער לשון־קודש־קאָמפּאָנענט גאָר אַן אייבערשיכט — ייִדיש האָט זיך אויסגעפֿורעמט מיט אַ קליינער צאָל „העברעיִזמען“, אָבער ס’רובֿ זענען צוגעקומען שפּעטער, נאָכן אויפֿקום פֿון דער שפּראַך? צי איז דער לשון־קודש־קאָמפּאָנענט, גלײַך מיט דײַטשישן, אַ יסוד — נישט קיין אונטערשיכט, נישט קיין אייבערשיכט? און אויב ס’איז גערעכט פּראָפֿ‘ פּאָול וועקסלער, איז דער אונטערשיכט גאָר סלאַוויש, בשעת דער דײַטשישער איז דער אייבערשיכט!

איך ווייס נישט דעם ענטפֿער. וואָס מיינט איר?