בשעת אַ שמועס מיט אַ גוטן־פֿרײַנד, האָב איך זיך פֿאַרטראַכט וועגן דעם ענין שפּראַכשיכטן, וואָס דער טעכנישער טערמין איז דאָס לאַטײַניש־שטאַמיקע „סטראַטן“ (strata בלע״ז). בײַ נאַכט האָב איך שוין געטראַכט וועגן שיכטן, ווי אויך וועגן דעם, פֿאַר וואָס זינגט מען אין ייִדישע פֿאָלקסלידער „בין איך מיר אַ שנײַדערל“ אָדער „בין איך מיר אַ שוסטערל“, אָבער קיין מאָל נישט „בין איך מיר אַן אַרכעאָלאָגל“…
וואָס טוט אַן אַרכעאָלאָג? ער זוכט דעם נעכטיקן טאָג: ער גראָבט זיך אַרײַן אין דער ערד און געפֿינט דאָרטן פֿאָסילן, איבערבלײַבן פֿון שוין לאַנג געפּגרטע חיות; וואָס טיפֿער מע גראָבט, אַלץ עלטער איז דאָס וואָס מע געפֿינט. אַזוי אויך מיט לשונות: יעדעס פֿאָלק געפֿינט זיך דאָך אויף די שפּורן פֿון פֿריִערדיקע פֿעלקער; און אין יעדנס בלוט זענען דאָ שפּורן פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלקער. אויף דעם האָט בשעתּו אָנגעוויזן מאַטעס (מתּתיהו) מיזעס בײַ דער טשערנעוויצער קאָנפֿערענץ (1908).
אָט ווייסט די וועלט, אַ שטייגער, אַז אין איטאַליע וווינען איטאַליענער און אין פֿראַנקרײַך — פֿראַנצויזן. ס’הייבט זיך נישט אָן: די איטאַליענער און די פֿראַנצויזן זענען ביידע אַ געמיש פֿון פֿעלקער. אין צפֿון־איטאַליע און צפֿון-פֿראַנקרײַך שטאַמט מען ס’רובֿ אָפּ פֿון גערמאַנישע שבֿטים. נישט אומזיסט הייסט דער ראַיאָן אַרום מילאַן „לאָמבאַרדיע“, פֿון די (גערמאַנישע) לאָמבאַרדן, „פֿראַנקרײַך“ (France) — פֿון די (גערמאַנישע) פֿראַנקען.
ווי אַזוי די מענטשן, אַזוי אויך זייער לשון. ווען די רוימער האָבן אײַנגענומען כּמעט גאַנץ אייראָפּע, האָבן זיי זייער לשון אָנגעוואָרפֿן אויף זייערע אונטערטאַנען, כאָטש זיי, די רוימער, זענען געווען אַ סך קלענער אין צאָל. נאָר די נײַע לשונות — איטאַליעניש, שפּאַניש, פֿראַנצייזיש, פּאָרטוגאַליש, רומעניש אאַז”וו — זענען נישט געווען קיין יש־מאַין. פֿאַרקערט, דאָס וואָס מע האָט גערעדט ביזן אָנקומען פֿון די רוימער, האָט אויך געלייגט אויף זיי אַ חותם. אין צפֿון־פֿראַנקרײַך האָט דער שיכט וואָס פֿון פֿאַר די רוימער, די גאַלן (אַ קעלטיש פֿאָלק), איבערגעלאָזט היפּשע שפּורן; זיי זענען דער „סובסטראַט“ (אונטערשיכט). די פֿראַנקען, וואָס זיי זענען אָנגעקומען נאָך די רוימער און האָבן איבערגעלאָזט נאָך שטאַרקערע שפּורן, זענען דער „אַדסטראַט“ (אייבערשיכט).
מיין איך, אַז אין דעם וואָס דער קלאַנג פֿון פֿראַנצייזיש איז מיט אַזוי פֿיל אַנדערש פֿונעם איטאַליענישן אָדער שפּאַנישן, זענען אַוודאי שולדיק די פֿראַנקען; אַ ראַיה איז, וואָס אין דרום־פֿראַנקרײַך רעדט מען מיט אַן אַקצענט וואָס איז זייער ענלעך צו איטאַליעניש, היפּש אַנדערש פֿון צפֿון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.