אַ טאָפּלטע חתונה אין שטעטל

A Twedding in Town

ביידע חתנים צעברעכן דאָס גלאָז. פֿון רעכטס: מאַקס און בריטאַני מאַרגאָליס; דניאל און אַשלי העלד
Blixt photography by Kyndall Durkee
ביידע חתנים צעברעכן דאָס גלאָז. פֿון רעכטס: מאַקס און בריטאַני מאַרגאָליס; דניאל און אַשלי העלד

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published April 26, 2015, issue of May 15, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

בריטאַני און אַשלי זענען תּמיד געווען געקניפּט־און־געבונדן, האָבן זיי דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟. „ווען מיר זענען געווען קינדער, האָבן טאַטע־מאַמע אונדז געלייגט שלאָפֿן אין צוויי באַזונדערע צימערן, אָבער מיר האָבן זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק און יעדן אויפֿדערנאַכט זיך אַרײַנגעקוועטשט אין זעלבן בעטל,‟ האָט אַשלי דערציילט. „אין דער פֿינצטער האָבן מיר זיך געשושקעט אויף די טעמעס, וואָס מיר האָבן געהאָפֿט וועלן יענעם אויפֿדערנאַכט אונדז קומען צו חלום — זאַכן ווי בלומען און זונענשײַן,‟ האָט אַשלי געזאָגט. „אָבער מיר האָבן געמוזט רעדן זייער שטיל, ווײַל אויב נישט, וואָלט די מאַמע אונדז ווידער צעשיידט,‟ האָט זי לאַכנדיק צוגעגעבן.

פֿון קינדווײַז אָן האָבן די שוועסטער תּמיד פֿאַרבראַכט אין איינעם. אויפֿן בילד: בריטאַני (רעכטס) און אַשלי באַקן אַ טאָרט
פֿון קינדווײַז אָן האָבן די שוועסטער תּמיד פֿאַרבראַכט אין איינעם. אויפֿן בילד: בריטאַני (רעכטס) און אַשלי באַקן אַ טאָרט

נאָכן פֿאַרענדיקן די מיטלשול זענען די מיידלעך געפֿאָרן צוזאַמען אויף אַ יאָר אין ישׂראל, זיך באַטייליקן אין דער פּראָגראַם „נתּיבֿ‟, און אויך דאָרט האָט מען זיי געפּרוּווט פֿונאַנדערצוטיילן. „די אַדמיניסטראַציע האָט געמיינט, אַז אויב מיר וועלן בלײַבן צוזאַמען אין איין צימער, וועלן מיר אויסשליסן די אַנדערע מיידלעך,‟ האָט אַשלי געזאָגט. „אָבער מיר האָבן סײַ־ווי יעדן אויפֿדערנאַכט געפּראַוועט אַ ׳פּידזשאַמע־שׂימחה׳ צוזאַמען, און די מיטוווינער האָט עס נישט געאַרט, ווײַל מיר האָבן זיי אויך אַרײַנגענומען אין קאָן.‟

„מײַנע טעכטער זענען זייער געזעלשאַפֿטלעך, אַזוי אַז קיינעם שטערט נישט וואָס זיי זענען אַזוי נאָענט,‟ האָט די מאַמע באַמערקט.

צום גליק, קומען די חתנים אויך זייער גוט אויס. זיי שפּילן טעניס און אין ווידעאָ־שפּילן אין איינעם, און אַ מאָל — גייען זיי בלויז אויף אַ שפּאַציר. „דניאל איז איינער פֿון מײַנע בעסטע פֿרײַנד,‟ האָט מאַקס געזאָגט. די צוויי פּאָרפֿעלקער דינגען דירות אינעם זעלבן בנין און גייען אָפֿט אַרויס צוזאַמען אין רעסטאָראַן, אײַנקויפֿן אָדער סתּם אויף אַ טעפּל קאַווע.

אַלע געדענקען גוט דעם טאָג, ווען מאַקס האָט געבעטן בריטאַני חתונה צו האָבן מיט אים, ווײַל פּונקט אין יענעם טאָג, דעם 13טן אַפּריל 2014, זענען פֿאָרגעקומען די שיסערײַען אויפֿן ייִדישן קהילה־צענטער פֿון דער קאַנזאַס־סיטי געגנט, און אויפֿן פּענסיאָנערן־היים, Village Shalom.

„איך האָב שוין געהאַט אַלץ פּלאַנירט, צו בעטן בריטאַניס האַנט, אָבער ווען איך האָב געהערט וועגן דעם טעראָריסטישן אַטאַק, האָב איך געקלערט עס אָפּצולייגן אויף אַן אַנדער טאָג,‟ האָט מאַקס געזאָגט. זײַנע פֿרײַנד האָבן אָבער געטענהט, אַז ער זאָל עס יאָ טאָן. „לאָמיר ווײַזן יענעם שיסער, אַז ער קען נישט צעשטערן דאָס גליק פֿון דער ייִדישער קהילה,‟ האָט זייער חבֿרטע דזשעסיקע געזאָגט.

האָט מאַקס באַשלאָסן טאַקע יאָ דורכצופֿירן זײַן „סורפּריז‟. בריטאַניס מאַמע, שעריל, וואָס איז אַ גרונט־סוחרטע, און האָט געשטיצט מאַקס׳ פּלאַן, האָט געבראַכט בריטאַני צו מאַקס׳ בנין, כּלומרשט, כּדי אָנצוקוקן אַ מעגלעכע דירה צום קויפֿן, אָבער פֿריִער האָט שעריל געהייסן בריטאַני ברענגען מאַקס. פּלוצלינג איז פֿאָרגעקומען נאָך אַ צרה: אויפֿן וועג צו גיין נעמען דעם שליסל צו דער דירה, איז שעריל, נעבעך, געפֿאַלן און אויסגעלינקט אַ פֿוס, ווי אַ פּועל־יוצא האָט בריטאַני זיך פֿאַרשפּעטיקט צו מאַקס׳ דירה מיט 45 מינוט.

„איך בין אַרײַן אין דער דירה און דערזען ווי אומעטום שטייען בוקעטן בלומען און עס ברענען צענדליקער ליכטלעך,‟ דערציילט בריטאַני. „צוליב דעם וואָס מיר האָבן זיך פֿאַרשפּעטיקט, האָבן די ליכטלעך אָנגעוואַרעמט דעם צימער ווי אַ שוויצבאָד. מאַקס האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אויף איין קני און, אַ פֿאַרשוויצטער, האָט ער מיך געבעטן חתונה האָבן מיט אים!‟

מיט 5 חדשים שפּעטער האָט דניאל געבעטן אַשליס האַנט, און דעמאָלט האָבן די שוועסטער באַשלאָסן, אַז מע זאָל פּראַווען די צוויי חתונות אין איינעם.

נו, איצט אַז די חתונה איז שוין פֿאַרבײַ, וואָס הערט זיך מיט די קושוואָכן? דערווײַל האָט מען עס אָפּגעלייגט ביז ווינטערצײַט, ווײַל בריטאַני און אַשלי האַלטן בײַם עפֿענען אַ פֿאָרשול פֿאַר קינדער פֿון 2 ביז 5 יאָר, און זיי זענען זייער פֿאַרנומען מיט דער אַרבעט.

„מיר זענען נאָך נישט זיכער וווּ מיר פֿאָרן, אָבער מסתּמא אין אַן אָרט מיט אַ סך זונענשײַן, וווּ מענטשן ברענגען אונדז געטראַנקען,‟ האָט דניאל געזאָגט. אויף דער פֿראַגע, צי וועלן די צוויי פּאָרלעך אויך פֿאַרברענגען די קושוואָכן אין איינעם, האָט דניאל זיך צעלאַכט. „ניין, דאָס וועלן מיר שוין טאָן באַזונדער,‟ האָט ער געזאָגט.