ווען די בערך 200 חתונה־געסט זענען אין אַ זונטיק, לעצטנס, אָנגעקומען אינעם „מאַריאָט האָטעל‟ אין קאַנזאַס־סיטי, מיזורי, האָבן זיי צוויי מאָל געדאַרפֿט ווינטשן חתן־כּלה מזל־טובֿ; דאָס ערשטע מאָל — צו בריטאַני שוחט און איר חתן, מאַקס מאַרגאָליס, און דערנאָך — צו בריטאַניס שוועסטער, אַשלי און איר חתן, דניאל העלד. הרבֿ מענדי ווײַנשטיין, אַ חב״ד רבֿ אין קאַנזאַס־סיטי, איז געווען דער מסדר־קידושין.
„מיר האָבן תּמיד גערעדט וועגן פּראַווען אַ טאָפּלטע חתונה, ווײַל מיר זענען ביידע ווי צונויפֿגעקלעפּט נאָך פֿון דער מאַמעס טראַכט אָן,‟ האָט בריטאַני מיט אַ שמייכל געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. קינדווײַז האָבן זיי זיך געלערנט אין די זעלבע קלאַסן, און אַלץ געטאָן צוזאַמען — אַ באַקאַנטער פֿענאָמען בײַ איינאיייִקע צווילינגען, וואָס בלײַבן אָפֿט מאָל די נאָענטסטע פֿרײַנד אויפֿן גאַנצן לעבן.
הגם די פֿאַרבעטונג האָט קלאָר אָנגעוויזן, אַז דאָס וועט זײַן אַ טאָפּלטע חתונה (גערופֿן האָט מען עס אַ “twedding”), האָבן נישט אַלע געוווּסט אויף וואָס זיך צו ריכטן. „כ׳האָב פֿאַרשטאַנען, אַז עס וועט זײַן אַ טאָפּלטע חתונה, אָבער מיר האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז ביידע פּאָרלעך וועלן שטיין אונטער איין חופּה,‟ האָט באַמערקט מאַקס׳ מומע, מלכּה מאַרגאָליס, וועלכע איז ספּעציעל געקומען פֿון ניו־יאָרק, כּדי בײַצוזײַן אויף דער שׂימחה. „אָבער ניין — עס זענען געשטאַנען צוויי חופּות, איינע לעבן דער אַנדערער. בײַם ערשטן מאָמענט האָט זיך מיר געדאַכט, אַז איך זע טאָפּלט!‟
אין דער אמתן, איז דאָ אַ הלכישע סיבה פֿאַר שטעלן צוויי חופּות. „אין דער גמרא שטייט ׳אין מערבין שׂימחה בשׂימחה׳ — מע מישט נישט איין שׂימחה מיט אַ צווייטער׳,‟ האָט דערקלערט הרבֿ אַרי גאָלדבערג, מאַקס׳ שוואָגער און דער דירעקטאָר פֿון דער אָרטאָדאָקסישער יוגנט־אָרגאַניזאַציע NCSY אין פּיטסבורג, פּענסילוועניע. „געוויינטלעך, מאַכט מען סײַ־ווי נישט קיין טאָפּלטע חתונות, ווײַל מערסטע פּאָרפֿעלקער ווילן, אַז זייער חתונה־טאָג זאָל זײַן אַ טאָג בלויז פֿאַר זיי. אָבער אין אַזאַ פֿאַל, ווי ביידע כּלות האָבן ספּעציעל געבעטן חתונה צו האָבן אינעם זעלבן טאָג, זענען דאָ אופֿנים דאָס צו טאָן. אַבי דער רבֿ לייענט ביידע כּתובות באַזונדער, און מע זאָגט די שבֿע ברכות באַזונדער, איז עס כּשר… דערפֿאַר מוז מען האָבן צוויי חופּות — צו ווײַזן, אַז עס קומען פֿאָר צוויי באַזונדערע צערעמאָניעס.‟
דאָס באַדעקנס — דער מאָמענט, ווען דער חתן גייט צו צו דער כּלה צו פֿאַרזיכערן, אַז דאָס איז די ריכטיקע כּלה — האָט אויף דער דאָזיקער שׂימחה אָנגענומען אַ וויכטיקן באַטײַט, ווײַל בײַ אַ טאָפּלטער חתונה וואָלט טאַקע געקאָנט פֿאָרקומען אַ פּלאָנטער. „דערפֿאַר האָט מען געמאַכט דאָס באַדעקנס פּונקט פֿאַר דער צערעמאָניע, לעבן דער חופּה,‟ האָט שעריל שוחט, די מאַמע פֿון די כּלות געזאָגט.
אַנדערע טיילן פֿון דער צערעמאָניע — ווי דער כּלהס אַרומגיין אַרום דעם חתן זיבן מאָל, און דעם חתנס צעברעכן דאָס גלאָז — האָבן די צוויי פּאָרלעך געטאָן גלײַכצײַטיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.