(די 2 טע זײַט פֿון 4)
אין „גאָסעט‟ האָט זי געשפּילט די ערשטע ראָלע „רייזל‟ אין די „בלאָנדזשענדע שטערן‟ פֿון שלום־עליכם, אין „דער קאַפּריזנער כּלה‟ פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען און אין דער לעצטער פֿאָרשטעלונג „וועלדער רוישן‟, איבערגעזעצט פֿון רוסישן רעפּערטואַר. איר פּאַרטנער אויף דער בינע איז געווען בנימין זוסקין. אין „גאָסעט‟ האָט זיך אָנגעהויבן איר פֿילפֿאַרביקע סצענישע קאַריערע.
עטל קאָווענסקי איז אויסגעוואַקסן אין אַ משפּחה, וווּ אַלע האָבן געזונגען אָדער געשפּילט. דאָס ייִדישע ליד איז אַרײַן אין איר האַרצן נאָך קינדווײַז. שפּעטער, כּמעט אין אַלע דראַמאַטישע ראָלעס זענען געווען לידער. זי פֿאַרמאָגט אַ גלענצנדיקע שטימע. בײַ איר גייט דראַמע געפּאָרט מיטן קינסטלערישן ליד.
די ליבע צו ייִדיש, צו ייִדישער ליטעראַטור און טעאַטער האָט זי געירשנט פֿון אירע גלענצנדיקע לערער, דעם דיכטער ברוך אָליצקי און יערוכאָמאָוויטש — אַ באַרימטער לערער אין דער ייִדישער פֿאָלקס־שול אין זשעטל.
דעם 1טן יאַנואַר 1950 באַקומט זי אַן אײַנלאַדונג פֿון דעם באַוווּסטן רעזשיסאָר יורי זאַוואַדסקי (אַגבֿ, אַ פֿרײַנד פֿון מיכאָעלס) צו שפּילן אין „מאָססאָוויעט‟־טעאַטער, דער מוניציפּאַלער טעאַטער פֿון מאָסקווע. איר רוסיש איז געווען זייער שוואַך און אין גאַנצן נישט פּאַסיק פֿאַר דער בינע. אין טעאַטער טאָר מען נישט רעדן מיט אַ פֿרעמדן אַקצענט… אויף יעדן פֿאַל, אין אַן ערנסטן, קינסטלערישן טעאַטער.
מיט עקשנות און מיט די בעסטע לערער באַהערשט זי די שפּראַך אויף אַזוי ווײַט, אַז זי האָט געשפּילט די ראָלע פֿון „דעזדעמאָנאַ‟ אין „אָטעלאָ‟. די ראָלע פֿון אָטעלאָ האָט געשפּילט דער באַרימטע אַקטיאָר מ. מאָרדווינאָוו. נישט קיין שלעכטער פּאַרטנער… אין עלטער פֿון 30 יאָר האָט קאָווענסקי געשפּילט כּמעט אַלע וויכטיקסטע פֿרויען־ראָלעס פֿון שעקספּיר־רעפּערטואַר — קאָרדעליאַ, דעזדעמאָנאַ, רעגאַנאַ, מיסיס פּיידזש און אַנדערע ראָלעס.
אין „מאָססאָוויעט‟־טעאַטער האָט זי געשפּילט 22 מיט אַ האַלב יאָר, אַרײַנגערעכנט די צײַט פֿון שרעקלעכע רדיפֿות קעגן דער ייִדישער קולטור, קעגן „קאָסמאָפּאָליטן‟, „ציוניסטן‟, „נאַציאָנאַליסטן‟… דער באַרימטער רעזשיסאָר פֿון טעאַטער יורי זאַוואַדסקי האָט איר געהאָלפֿן, ממש געראַטעוועט, זי זאָל קאָנען אָנגיין מיט איר אַרבעט. ער האָט אַפֿילו געדראָט, אַז אויב מען וועט זי קינדיקן, וועט ער, ווי אַ פּראָטעסט, פֿאַרלאָזן דעם טעאַטער. נישט נאָר זאַוואַדסקי. עטל קאָווענסקי איז געווען באַליבט און געשעצט בײַ אירע קאָלעגן־אַקטיאָרן, ווי אויך בײַם מאָסקווער פּובליקום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.