עטל קאָווענסקי — די פֿילפֿאַרביקע בינע־קינסטלערין

Ethel Kovenski: The Illustrious Theatrical Artist

פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם

Published April 28, 2015, issue of May 15, 2015.

עטל קאָווענסקי ז״ל
עטל קאָווענסקי ז״ל

פֿון ישׂראל איז אָנגעקומען אַ טרויעריקע בשׂורה — די גרויסע אַקטריסע, עטל קאָווענסקי, איז מער נישט מיט אונדז. אין 2006 האָט אונדזער שרײַבער מיכאל ווײַנאַפּעל ז״ל, אַליין אַן אַקטיאָר, רעזשיסאָר און אַ גלענצנדיקער רעציטאַטאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור, געשאַפֿן אַ ריי פּאָרטרעטן פֿון ייִדישע טעאַטער־טוער. מיר לייגן אײַך פֿאָר זײַן „פֿאָרטרעט‟ פֿון עטל קאָווענסקי ע״ה.


אין חודש סעפּטעמבער 1939, איז אויסגעבראָכן די צווייטע וועלט־מלחמה. לויטן אָפּמאַך פֿון מאָלאָטאָוו־ריבענטראָפּ האָט דײַטשלאַנד פֿאַרנומען דעם מיזרח־טייל פֿון פּוילן און דער ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט פֿאַרנומען די אַזוי גערופֿענע „קרעסן‟, דאָס הייסט מערבֿ־אוקראַיִנע און מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד.

דאָס שטעטל, וווּ עטל קאָווענסקי איז געבוירן געוואָרן, אַ ייִדיש שטעטל מיטן נאָמען זשעטל, איז אַריבער צו די סאָוועטן. סוף 1939 איז געקומען צו עטלען אַ פֿעטער פֿון מאָסקווע און איר געזאָגט: „דײַן פּלאַץ דאַרף זײַן אין מאָסקווע. דו וועסט דאָרט מאַכן אַן אַרטיסטישע קאַריערע‟. פֿון וואַנען האָט דער פֿעטער געוווּסט, אַז דאָס 15־יאָריקע מיידעלע האָט סצענישן טאַלאַנט? ער האָט געוווּסט… איר מאַמע, ליזע, וועלכע האָט אַליין אויך געשפּילט אין אַמאַטאָרישן טעאַטער, איז נישט געווען שטאַרק גליקלעך וואָס אַ יונג מיידל פֿאַרלאָזט די שטוב און לאָזט זיך אַרויס אין דער ‚גרויסער וועלט‟.

ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז עטעלע האָט שטענדיק געהאַט אַ שטאַרקן כאַראַקטער און זי איז געפֿאָרן קיין מאָסקווע. זי אי געקומען צו די עקזאַמענס אין „ייִדישן מלוכה־טעאַטער‟, „גאָסעט‟, און דאָרט האָט מען איר געזאָגט, אַז „דאָ איז נישט קיין קינדער־גאָרטן‟; האָט דער פֿעטער דאַן באַמערקט: „לאָזט זי נאָר אַרויס אויף דער בינע, וועט זי שוין באַווײַזן וואָס זי קען…‟

זי איז אַרויף אויף דער בינע און „דערלאַנגט‟ די באַרימטע און קאָמפּליצירטע דערציילונג „די פֿרומע קאַץ‟ פֿון י.ל. פּרץ. אין זשורי זענען געזעסן די באַרימטע טעאַטראַלן שלמה מיכאָעלס, יחזקאל דאָברושין און יוסף שײַן. זי איז אָנגענומען געוואָרן אין דער טעאַטער־סטודיע בײַם „גאָסעט‟.

זי האָט געשפּילט אין „גאָסעט‟ פֿון יאָר 1940 ביזן שליסן פֿונעם טעאַטער אין 1949, נאָכן מאָרד פֿון מיכאָעלסן און דעם אַרעסט פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדישע שרײַבער און קולטור־טוער.