גענוג מיט די קינדער־חלומות!

Enough of Those Childhood Dreams!


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published April 28, 2015, issue of May 15, 2015.

פֿאַר קײנעם איז ניט קײן נאָװינע, אַז יעדער מענטש קומט צו אַ לעבנס־תּקופֿה, װען בשום-אופֿן קען ער זיך ניט דערמאָנען, װוּהין האָט ער מיט צװײ מינוט צוריק אַװעקגעלײגט די ברילן; אָבער די קלענסטע פּיטשעװקעס פֿון געװיסע געשעענישן, װעלכע ער האָט איבערגעלעבט אין זײַן װײַטער קינדהײט, געדענקט ער אַזױ קלאָר און פּרטימדיק, װי דאָס װאָלט געשען מיט אַ מינוט צוריק. איך רעד ניט װעגן דער שװערער דימענסיע־קרענק, נאָר װעגן דעם אומפֿאַרשטענדלעכן און כּאילו צופֿעליקן אױסקלײַב פֿון אונדזער מוח און זײַן טבֿע צו דערמאָנען אונדז װעגן דער אָדער יענער געװיסער געשעעניש, באַזונדערס, װען עס רעדט זיך װעגן אַ קינדער־חלום, װעלכער, װאָרנט, װי אַ גלעקל, דעם דערװאַקסענעם מענטש — זײַ פֿאָרזיכטיק, דײַן קינדער־חלום איז ניט קײן שפּילעכל, נאָר אַ צעטל פֿונעם געטרײַען שומר־פּתאָים, דעם באַשיצער פֿון נאַראָנים.

…אַ קינד שטײט אין מיטן װעג. אים אַנטקעגן לױפֿט אַ צעבושעװעטער המון. דאָס קינד װערט פֿאַרשטײנערט פֿון שרעק. דער המון קומט אַלץ נעענטער און נעענטער, און אָט… דאָס קינד גיט אַ פֿאָכע מיט די הענט, שפּרינגט אױף צום הימל, מאַכט אַ פּירועט אין דער לופֿטן, און בלײַבט הענגען איבער דער ערד… דער װילדער המון טראָגט זיך אַװעק אונטער די באָרװעסע פֿיס פֿונעם ייִנגל.

אָט דער־אָ חלום פֿון דער װײַטער קינדהײט באַגלײט מיך אַרום זעכציק יאָר, און װי איך פֿאַרשטײ עס הײַנט, נאָר ערבֿ עפּעס אַ תּקופֿה, װען איך דאַרף זײַן זײער פֿאָרזיכטיק בײַם אָננעמען דעם אָדער יענעם גורלדיקן באַשלוס. צו דער־אָ מסקנא בין איך געקומען ניט לאַנג צוריק און דעריבער װײס איך ניט, װוּ װאָלט איך געװען און װאָס װאָלט מיט מיר געװען, װען איך װאָלט זיך באַצױגן מיט מער רעספּעקט צו די ניט־אָפֿטע, אָבער װיכטיקע התראָות פֿונעם שומר־ישׂראל. און דאַן האָב איך באַשלאָסן — גענוג! פֿון הײַנט אָן און װײַטער בין איך אױס קעמפֿער, אױס טוער און דאָס גלײַכע; פֿון הײַנט אָן זיץ איך מיר שטילערהײט אין דער זײַט און קוק אױף דער װעלט מיט די אױגן פֿון אַ מידן און דערפֿאַרונגסרײַכן מענטשן. צו האָבן הנאה פֿון שפּילן זיך מיט די װערטער איז דאָך אַ סך אינטערעסאַנטער און אָנגענעמער אײדער צו שלאָגן זיך פֿאַר אַ נײַעם פּאָסטן אָדער אַ פּאָר גראָשן.

ייִדיש איז אַזאַ רײַכע שפּראַך, אַז אַ מאָל װער איך ממש װי צעמישט פֿון דער פֿילפֿאַרביקײט, װעלכע פֿאַרמאָגט אין זיך אונדזער מאַמע־לשון. נײַן יאָר האָב איך געהאַט אַ טאָג־טעגלעכע הנאה צו אַרבעטן און באַאַרבעטן די רעקאָרדירטע אינטערװיוען אין די ראַמען פֿונעם אומשאַצבאַרן פּראָיעקט, „ייִדישער שפּראַך־און קולטור־אַטלאַס‟ (פּרטים אױפֿן װעבזײַטל eydes.de). די אַנקעטע מיט אַ פּאָר טױזנט פֿראַגעס האָט צונױפֿגעשטעלט אוריאל װײַנרײַך, און די אױספֿרעגערס זײַנען געװען ד״ר מרדכי שעכטער, מיכאל הערצאָג, מאַקס װײַנרײַך, א״אַ.

מיר איז צוגעפֿידלט צו אַרבעטן, איבער הױפּט, מיט די אינטערװיוען, װעלכע ס׳האָט געפֿירט מרדכי שעכטער, אונדז צו לאַנגע יאָרן, און דעם אמת געזאָגט, כ׳בין אַזױ געװױנט געװאָרן אָנצוהײבן דעם טאָג מיט „זײַן קול‟, אַז הײַנט, נאָך דעם װי דער פּראַקטישער טײל פֿונעם פּראָיעקט איז אָפּגעשטעלט געװאָרן, פֿעלט מיר זײער ד״ר שעכטערס קול. אײנע פֿון די אומגעריכטע אַנטפּלעקונגען איז געװען די אינפֿאָרמאַציע פֿון אַ צענדליק פֿאַרשידענע רעספּאָנדענטן, אַז דאָס װאָרט „דיװאַן‟ האָט אין ייִדיש צװײ גאָר באַזונדערע באַדײַטן: אַ „דיװאַן‟ װי אַ מין מעבל, און אַ „דיװאַן‟ װי אַ טעפּעך. יאָ, פּונקט אַזױ — „דאָס בעט איז באַדעקט מיט אַ דיװאַן‟.

שפּעטער, װען איך האָב אױסקאָנטראָלירט די עטימאָלאָגיע פֿונעם װאָרט, האָב איך דערזען, אַז אין אַלע אײראָפּעיִשע שפּראַך װערט דאָס װאָרט גענוצט נאָר מיט אײן באַטײַטונג — אַ סאָרט מעבל, און נאָר אין ייִדיש האָט דאָס װאָרט דורכגעמאַכט און אַפֿילו ממשיך געװען די לאָגישע אַנטװיקלונג פֿונעם װאָרט „דיװאַן‟. דאָס װאָרט איז אַרײַן אין פּערסיש פֿון אַקאַדיש (אַן אורבאָבע פֿון העברעיִש) און האָט באַטײַט דעם מלוכישן יערלעכן בודזשעט, שפּעטער האָט עס געמײנט דאָס אָרט, װוּ דעם דאָקומענט האָט מען געהאַלטן, ס’הײסט, אין אַ לאַנגער באַנק, אױף װעלכער מע האָט געקענט זיצן. און װי קען מען זיצן אױף די הױלע ברעטער?… שפּרײטן מען אונטער אַ װײכן טעפּעך, װערט ער אַ „דיװאַן‟. און װאָס קען זײַן בעסער װי צו זיצן אױף אַזאַ דיװאַן און זען, װאָס עס טוט זיך אױף דער װעלט; אַזאַ מין שיטה פֿון באַטײליקן זיך אין די װעלט־געשעענישן און װערן אַ דיװאַן־אַקטיװיסט.

קוק איך אויף דעם, װאָס עס קומט הײַנט פֿאָר אױף דער װעלט, דהײַנו: די פֿאַראײניקטע שטאַטן און רוסלאַנד שלאָגן זיך פֿאַר דער װעלט־העגעמאָניע און די כּפּרה װערן די שװאַכע, װי אױך די גוט־אַנטװיקלטע לענדער. און פּונקט אַזױ, װי מיט יאָרן צוריק, בעת דער קאַלטער מלחמה, װערן אַ היפּש שטיקל פֿון די מלוכה־בודזשעטן אַרײַנגעבוכעט אין די נאַרישע פּראָפּאַגאַנדע־ספּעקטאַקלען.

אַ דאַנק די אױסגעצװאָגענע אינפֿאָרמאַציע־סוזשעטן װאַקסט דער פּרימיטיװער „נאַציאָנאַלער פּאַטריאָטיזם‟. פֿון דער מעדיאַ דערוויסט מען זיך, אַז די אַמעריקאַנער זײַנען זייער אַגרעסיװ און האַלטן אין אײן חלומען װעגן דער װעלט־העגעמאָניע. אַזאַ פּאָזיציע העכערט דעם „נאַציאָנאַלן פּאַטריאָטיזם‟ און שױן אַרום 70 פּראָצענט פֿון די רוסלענדישע בירגער זײַנען גרײט צו גײן אױף קידוש־הקרענק און װײַזן די „אַמעריקאַשקעס‟, וווּ דער שוואַרצער פֿעפֿער וואַקסט.

דער אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, פֿון זײַן זײַט, האָט ממשיך געװען מיט דורכשװענקען די מוחות מיט די אַלט־נײַע פֿילמען װעגן אַ צענדליק בראַװע אַמעריקאַנער קאָמאַנדאָס (אױסגעקליבענע לױט די שטרענגע דעמאָקראַטיע־געזעצן, דהײַנו: צװײ װײַסע, צװײ אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, צװײ שיקסעלעך, צװײ לאַטײַן־אַמעריקאַנער און אײן מוסולמענער), װעלכע ריזיקירן מיט זײערע ניכטער־אַסקעטישע לעבנס און ראַטעװען די פֿרײַע װעלט פֿון די אַכזריותדיקע רוסישע גזלנים.

באַטראַכטנדיק די סיטואַציע, זיצנדיק אויפֿן דיוואַן, זעט עס אױס זײער פּרימיטיװ און קאָמיש, אָבער די פּראָפּאַגאַנדע־מלחמה פֿאַרטשאַדעט די שװאַכע יונגע מוחות מיטן שײנעם „פּאַטריאָטישן‟ קװאַטש, און באַרעכענען, לכּל־הפּחות אין זײערע אײגענע אױגן, די „יושרדיקע אַכזריותדיקײט‟ בנוגע די חוצפּהדיקע שׂונאים. דער שרעקלעכסטער רעזולטאַט פֿון די־אָ פּאַטריאָטישע שפּילן איז דער קריכנדיקער פּראָצעס פֿון איבערקוקן די מסקנות פֿונעם נירנבערגער טריבונאַל.

איך האָב מיר מײַנס אָפּגעלעבט און כ׳האָב שױן ניט קײן כּוח צו קעמפֿן קעגן די כּלערלײ אידיאָטן־פּאַטריאָטן, נאָר כ׳בין ממש אומרויִק און ניט זיכער צי בני־דורנו װעלן, סוף־כּל־סוף, פֿאַרשטײן, אַז דער אמתער פּאַטריאָטיזם באַשטײט פֿון אַ שטאַרקער משפּחה, אַ גוטער אַרבעט, זיכערע סאָציאַלע באַדינגונגען און אַן אױסגעקרענקטער מעגלעכקײט צו זיצן אױף דער עלטער אױף אַן אײגענעם דיװאַן און האָבן הנאה פֿון די „נאַט געאָ װײַלד‟־אױדיציעס.