(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פֿאַרן ברייטן עולם, וואָס וועט קוקן דעם פֿילם, איז עס אַ זעלבסטפֿאַרשטענדלעכע זאַך, אַז די אונטערגעדריקטע חסידישע פֿרויען וואָלטן זיך באַפֿרײַט פֿון זייער שקלאַפֿערײַ, ווען זיי וואָלטן נאָר געהאַט די מעגלעכקייט. דאָס וואָס זיי טוען עס ניט איז, ווײַל זיי האָבן ניט קיין ברירה, אָדער זיי באַנעמען ניט זייער אמתן מצבֿ און האָבן זיך צו אים צוגעוווינט. אַזאַ בילד איז אָבער צו פּשוט, און אין „פֿעליקס און מיירע‟ זעט מען אויך די שיינע זײַטן פֿונעם חסידישן לעבנס־שטייגער. ס׳איז אפֿשר אַ ביסל נודנע, אָבער קיין שקלאַפֿערײַ איז עס ניט.
מיר דאַכט זיך, אַז דער נאַיִווער פּאָרטרעט פֿון מיירע, וואָס גיט צו דעם פֿילם אַזאַ חן, שטימט ניט אין גאַנצן מיטן אמת. כּדי אַ ייִדישע טאָכטער זאָל קענען פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט, איבעררײַסן דעם קאָנטאַקט מיט איר מאַן, מיט טאַטע־מאַמע, מיט די מערסטע קרובֿים און פֿרײַנד, אפֿשר אויך מיט די אייגענע קינדער, און מאַכן אַ לעבן פֿאַר זיך אין „דרויסן‟, דאַרף זי זײַן געמאַכט פֿון אײַזן. די אַלע פֿרויען, וואָס איך קען, וואָס זיי האָבן פֿאַרלאָזט דאָס חסידישע לעבן, זײַנען שטאַרקע און מוטיקע פּערזענלעכקייטן. דווקא דערפֿאַר האָבן זיי זיך ניט געפֿילט באַקוועם אין דער ראָלע, וואָס די חסידישע קולטור האָט אויף זיי אַרויפֿגעצוווּנגען. אַזעלכע קינדערישע בלימעלעך ווי מיירע, וואָס קוקן שטיל און פֿאַרחלומט אויף דער וועלט, ווי זיי וואָלטן זיך נאָר וואָס אויסגעפּיקט פֿון די אייעלעך — אַזלעכע פֿרויען האָבן, געוויינטלעך, ניט דעם מוט און דעם כּוח אַוועקצוגיין. דאָס זעט מען אויך פֿונעם פֿאַקט, אַז דער פּראָצענט מענער צווישן די אַוועקגעגאַנגענע איז אַ סך העכער ווי דער פּראָצענט פֿרויען — ווײַל די פֿרויען דאַרפֿן זײַן שטאַרקער, כּדי זיך אַוועקצורײַסן.
די ליבע צווישן מיירע און פֿעליקס איז אויך ניט אין גאַנצן איבערצײַגעוודיק. ס׳איז ניטאָ קיין סצענע פֿון סעקסועלער אינטימקייט צווישן זיי — אַפֿילו קיין קוש ניט! — אַזוי ווי זייער באַציִונג וואָלט געווען אין גאַנצן פּלאַטאָניש. וואָס איז דער גרויסער כּוח, וואָס האָט זיי צוזאַמענגעבראַכט — דער צופֿאַל? פּשוטע נײַגעריקייט? מיר דאַכט זיך, אַז די ראָלע פֿון פֿעליקס איז אַ ביסל אַ ליידיקע כּלי, וועלכע זאָל דינען דעם צוקוקער, כּדי זיך אַרײַנצופּראָיעקטירן אינעם פֿילם און צו פֿירן אַ ליבע מיטן אומשולדיקן חסידישן מיידל… דעריבער פֿעלט פֿעליקס אויס צו זײַן אַ פּערזענלעכקייט.
אָבער דאָס איז אַלץ קלייניקייטן, וואָס שטערן ניט דער קינסטלערישער קוואַליטעט פֿונעם פֿילם. פֿאַרקערט, דער פֿילם איז שטאַרקער, ווײַל די העלדן זײַנען ניט הונדערט פּראָצענט רעאַליסטיש; זיי שפּילן אַזוי, כּדי אַרויסצורופֿן אונדזער סימפּאַטיע. און דער פֿאַקט, אַז מע דאַרף אַרײַנקריכן אין די געדערעם פֿונעם פֿילם, כּדי אויסצוגראָבן דאָס ביסל אומאמתדיקייט, איז אַליין אַ חידוש; געוויינטלעך, אין אַ פֿילם וועגן חסידים, רײַסט די פֿאַלשקייט די אויגן און גרילצט אין די אויערן אין יעדער סצענע. די איינציקע קינסטלערישע קריטיק איז אפֿשר, דער פֿילם וואָלט געקאָנט זײַן אַ ביסל קירצער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.