זיכער איז „פֿעליקס און מיירע‟ דער ערשטער גוטער פֿילם וועגן חסידים אויף ייִדיש — און אפֿשר אויך אויף ענגליש און פֿראַנצייזיש. ס׳איז טשיקאַווע, אַז מיר האָבן געדאַרפֿט וואַרטן ביז דער יונגער פֿראַנצויזיש־קאַנאַדער רעזשיסאָר מאַקסים זשירו זאָל מאַכן אַזאַ פֿילם, בשעת אונדזערע טויזנטער ייִדן אין האַליוווּד האָבן עס נאָך ניט באַוויזן אין משך פֿון הונדערט יאָר. נאָר אַזוי איז דאָס: צום קלאָרסטן זעען די גויים די אמתע שיינקייט פֿון ייִדישן לעבן.
פֿון דעסטוועגן, איז „פֿעליקס און מיירע‟ ניט קיין לויבגעזאַנג וועגן חסידים. פֿאַרקערט, ס’איז די געשיכטע פֿון אַ חסידיש ווײַבל, וואָס פֿירט אַ ליבע מיט אַ גוי און, צום סוף, פֿאַרלאָזט זי דעם חסידישן לעבנס־שטייגער. ס׳איז אָבער אַ סובטילער פּאָרטרעט, ניט דאָגמאַטיש, און מאָלט אַ סימפּאַטיש בילד אויך פֿונעם חסידישן מאַן, וואָס זי לאָזט איבער. דער סצענישער הינטערגרונט, די שפּראַך, און דער אויפֿפֿיר פֿון די העלדן איז אָן אַ שיעור מער אויטענטיש, ווי מע זעט עס אין כּמעט אַלע אַנדערע פֿילמען וועגן חסידים.
דער עיקר, איז אַזוי געשען אַ דאַנק לאָזער טשווערסקין, אַן אַקטיאָר אינעם פֿילם (ער שפּילט מיירעס מאַן), וואָס איז אַליין אַ געוועזענער סאַטמערער פֿון ברוקלין, און האָט געדינט דעם פֿילם ווי אַן עצה־געבער. ער האָט געהאָלפֿן, אַז די אַנדערע אַקטיאָרן זאָלן אויך רעדן אַ היימישן ייִדיש אויף אַ נאַטירלעכן שטייגער, מיט אַ סך ענגליש אַרײַנגעבראָקט. (פֿרעגט זיך, צי די חסידים אין מאָנטרעאָל רעדן פּונקט דעם זעלבן ייִדיש ווי דאָ, און מישן ניט אַרײַן קיין פֿראַנצייזיש? כ’האָב אַ מאָל געוווינט בײַ אַ מאָנטרעאָלער ייִד, אַ גערער חסיד, האָט ער, דער עיקר, גערעדט ענגליש.)
דער „שטערן‟ פֿונעם פֿילם איז הדס ירון (יאַראָן), וואָס שפּילט מיירע מיט אַזאַ איידלקייט, שטילקייט, און קינדערישקייט, אַז ס’איז אוממעגלעך זי פֿאָרצושטעלן ווי אַ ווידערשפּעניקע פֿרוי, וואָס רעוואָלטירט קעגן דער וועלט, וווּ זי איז אויפֿגעוואַקסן. ירון האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש פֿאַר דער ראָלע, און זי רעדט מיט אַזאַ קליין קולכל, אַז ס׳איז אַ מאָל שווער זי צו הערן. זי זעט אויס אין גאַנצן אומשולדיק, אַפֿילו ווען זי טוט זאַכן וואָס זי טאָר ניט: שפּילן פּאָפּולערע גוייִשע מוזיק, נעמען פֿאַרהיטונג־פּילן (כּדי ניט צו האָבן מער קינדער), אָנטאָן הויזן אאַז״וו.
ירון שטראַלט אַרויס דאָס זעלביקע תּמימות און נאַיִווקייט ווי אינעם געראָטענעם ישׂראל־פֿילם „למלא את החלל‟ (אָנפֿילן די ליידיקייט) — דער בעסטער פֿילם וועגן חסידים אויף העברעיִש, וווּ זי האָט געשפּילט אַ חסידישע טאָכטער, וואָס האָט חתונה מיטן מאַן פֿון איר פֿאַרשטאָרבענער שוועסטער, כּדי די משפּחה זאָל בלײַבן צוזאַמען. דאָרט איז זי געווען אַ יונגע צדקת, וואָס ברענגט זיך ווי אַ קרבן פֿאַר דער משפּחה, און דאָ טוט זי פֿאַרקערט; אָבער מע פֿילט צו איר די זעלביקע סימפּאַטיע און מיטגעפֿיל. דער צוקוקער ווייסט אינסטינקטיוו, אַז זי איז ניט שולדיק אין גאָרניט, אַז אַזוי האָט זי געמוזט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.