(די 2 טע זײַט פֿון 2)
און דאָס האָט באמת געשאַפֿן אַ געוויסע אומבאַקוועמלעכקייט. צוליב דעם, וואָס אַזאַ אַנטשולדיקונג איז כּמעט קיינמאָל פֿריִער ניט געהערט געוואָרן פֿון אַ נאַצי־מערדער, און זיכער קיינמאָל ניט פֿאַר די קאַמערעס פֿון דער וועלט־מעדיאַ, האָט מען ניט געוווּסט, ווי אַזוי צו רעאַגירן אויף דעם. פֿאַר וואָס זשע, אייגנטלעך, האָבן געפֿרעגט געוויסע קאָמענטאַטאָרן, וואָלט אים עמעצער געוואָלט מוחל זײַן?!
איינער פֿון די ייִדן, וואָס האָבן איבערגעלעבט אוישוויץ און זענען געפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד, כּדי צו זאָגן עדות קעגן אָסקאַר גרעונינגען, האָט אים טאַקע יאָ מוחל געווען. נאָך מער: אויף אַ בילד, וואָס איז גלײַך טראַנסמיטירט געוואָרן איבער דער וועלט, האָט עוואַ מאָזעס קאָר, וועלכע האָט ווי אַ קינד, צוזאַמען מיט איר צווילינג־שוועסטער, מרים, איבערגעלעבט ד׳׳ר מענגעלעס עקספּערימענטן — אַרומגענומען דעם נאַצי־פֿאַרברעכער. קאָר, אַ פּראָמינענטע אָנפֿירערין פֿון אַ חורבן־מוזיי וועגן דער געשיכטע פֿון „מענדעלעס צווילינגען‟, וווּ מע לערנט אַנדערע וועגן די געפֿאַרן פֿון ראַסיזם און „דעם כּוח פֿון פֿאַרגעבן אַנדערע‟, האָט דערקלערט, אַז „מע טאָר זיכער ניט פֿאַרגעסן, וואָס ער האָט געטאָן, אָבער איך אַליין קען אים פֿאַרגעבן‟.
עוואַ מאָזעס קאָר איז ניט קיין געוויינטלעכער מענטש, און ווי זי האָט אַליין געשריבן אין אַ דערקלערונג אויף איר „פֿייסבוק‟־זײַטל, ווייסט זי, אַז אַ סך מענטשן וועלן ניט פֿאַרשטיין איר באַשלוס, און געוויסע וועלן אַפֿילו זײַן אין כּעס אויף איר. אָבער ווי זי דערקלערט קען זי „בשום־אופֿן קיינמאָל ניט פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס צו זײַן אין כּעס איז בעסער ווי אַ זשעסט פֿון גוטן ווילן. קיין גוטס קומט קיינמאָל ניט אַרויס פֿון כּעס. לויט מײַן מיינונג, איז אַ סימן פֿון אַ גוטן ווילן שטענדיק בעסער, ווי צו זײַן ברוגז‟.
איך אַליין בין געבליבן געפּלעפֿט איבער דער סיטואַציע. פֿון איין זײַט, האַלט איך איצט שטאַרק, אַז מע זאָל אָסקאַר גרעונינגען ניט אײַנזעצן אין טורמע. אמת, ווען אַלצדינג וואָלט געווען „יושרדיק‟, וואָלט מען אים געהאַט עקזעקוטירט אין די 1940ער יאָרן, צוזאַמען מיט טויזנטער אַנדערע „עס־עס‟־אָפֿיצירן. אָבער דער פּרינציפּ פֿון „אַן אויג פֿאַר אַן אויג‟, איז ניט אַלעמאָל די בעסטע ברירה. דאָס ביסעלע יושר, וואָס מע וואָלט געקענט אַרויסקוועטשן דורכן אַרײַנזעצן אים אין טורמע, פֿאַר די געציילטע חדשים און יאָרן וואָס זענען אים אפֿשר געבליבן, וואָלט ווייניק געהאָלפֿן דער וועלט, איידער אים געבן די מעגלעכקייט צו דערציילן זײַן געשיכטע און פּריידיקן קעגן דעם נאַציזם און די אָפּלייקענער פֿון דעם חורבן.
פֿון דער אַנדערער זײַט, טאָר מען פֿון אָסקאַר גרעונינגען בשום־אופֿן ניט מאַכן קיין העלד. ער איז אַ פֿאַרברעכער, וואָס האָט געהאָלפֿן אומצוברענגען 300,000 מענטשן, און דאָס וואָס ער האָט, שפּעט אין זײַן לעבן, זיך אַטנשולדיקט, מעקט ניט אויס דאָס, וואָס ער האָט פֿריִער אָפּגעטאָן. דאָס אַנטפּלעקן זיך און בעטן מחילה איז געווען אַ גוטע זאַך און ס׳איז יאָ מעגלעך דאָס צו אָנערקענען אָן דעם, אַז מע זאָל אים לויבן, אָדער חלילה, פֿאַרקלענערן זײַנע פֿאַרברעכנס.
ניט געקוקט אויף זײַנע אַנטשולדיקונגען, קען איך פּערזענלעך אים ניט מוחל זײַן. איך האָב שוין געזען צו פֿיל טאַטויִרטע אָרעמס, איבערגעזעצט צו פֿיל שרעקלעכע עדותן, און געהערט צו פֿיל פּערזענלעכע טראַגעדיעס, דערציילט צווישן זיפֿצן און טרערן.
קיין מאָראַלישע רעכט אים צו פֿאַרגעבן האָב איך אויך ניט, ווײַל איך בין ניט צווישן די, וואָס האָבן געליטן אין אוישוויץ. עוואַ מאָזעס קאָר האָט אָבער יאָ אַזאַ רעכט, און זי האָט אַליין באַשלאָסן אים צו פֿאַרגעבן. זייער ווייניק מענטשן האָבן אַזאַ שטאַרקע פֿעיִקייט צו פֿאַרגעבן ווי זי. איך בין אפֿשר ניט מסכּים מיט איר באַשלוס. אָבער איך שאַץ זייער אָפּ איר מוט דאָס צו טאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.