(די 2 טע זײַט פֿון 2)
זוסקינס בעסטע ראָלעס זײַנען געװען אין די ספּעקטאַקלען לױט די װערק פֿון די סאַמע „פּלאַסטישע‟ ייִדישע קלאַסיקער, מענדעלע און שלום־עליכם. ער אַליין האָט געהאַלטן, אַז סענדערל פֿון די „מסעות בנימין השלישי‟, איז זײַן הויכפּונקט. דער טעאַטער האָט געעפֿנט זײַן ערשטן סעזאָן מיט דער פֿאָרשטעלונג „שלום־עליכם אָװנט‟, די סצעניזירונג פֿון „אײַזנבאַן־געשיכטעס‟. די ערשטע יאָרן האָט זוסקין געשעפּט דעם רוישטאָף פֿאַר די ראָלעס פֿון זײַן אײגענער קינדהײט: „ער װײסט װעמען צו שפּילן, אָבער װײסט ניט, װי אַזױ‟. דאָס „ווי אַזוי‟ האָט ער באַקומען אין גראַנאָװסקיס מאָדערניסטישן טעאַטער־חדר.
אַלאַ זוסקין־פּערלמאַן דערצײלט איר פֿאָטערס ביאָגראַפֿיע על־פּי־סדר, יאָר נאָך יאָר. און אין יעדן קאַפּיטל ברענגט זי אַרײַן מאַטעריאַלן פֿון די געריכט־פֿאַרהערן אין דער לוביאַנקע־תּפֿיסה, װוּ זוסקין, אין אײנעם מיט אַנדערע ייִדישע קולטור־טוער, איז פֿאַרשפּאַרט געוואָרן בערך אויף פֿיר יאָר. אַזױ אַרום פֿלעכטן זיך איבער צװײ היסטאָרישע ליניעס פֿון זײַן לעבן — דערפֿאָלג און טראַגעדיע. נאָך דעם, װי דער גרױסער אַקטיאָר, שלמה מיכאָעלס, איז אַכזריותדיק דערהרגעט געװאָרן אױף אַ מינסקער גאַס, האָט די מלוכה אים געמאַכט אַ פֿײַערלעכע לװיה. זוסקין, װי עס דערמאָנט זיך זײַן טאָכטער, „האָט אַפֿילו קיין געדאַנק ניט צוגעלאָזט צו דערמאָנען די אמתדיקע סיבה פֿון מיכאָעלסעס טױט.‟
דער שרעק איז געדיכטער געװאָרן אַלץ מער און מער אויך אַרום דעם טעאַטער. „דער, װאָס האָט קײן מאָל ניט געלעבט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, װעט קײן מאָל ניט משׂיג זײַן, װי אַזױ די קלאַנגען קאָנען זיך פֿאַרשפּרײטן אין אַ צײַט פֿון שװײַגן; ס‘איז גענוג איין קוק, אַ זיפֿץ, אַ צוק מיט די אַקסלען…‟ זוסקין איז באַשטימט געװאָרן װי דער נײַער קינסטלערישער אָנפֿירער פֿונעם טעאַטער, אָבער דער מצבֿ איז פֿון טאָג צו טאָג געװאָרן שװערער. אין מערץ 1948 האָט דער טעאַטער פֿאַרלױרן די מלוכישע פֿינאַנציעלע שטיצע. כּדי צוצוציִען דעם עולם, האָט זוסקין באַשלאָסן צו באַנײַען דעם אַלטן קלאַסישן רעפּערטואַר און פֿאַרקױפֿן ביליקע אַבאָנעמענטן. אָבער צו יענער צײַט האָבן אַ סך מענטשן שױן פּשוט מורא געהאַט צו גײן אין ייִדישן טעאַטער.
פֿון אַלע צרות איז זוסקין אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ דעפּרעסיע, ניט געקאָנט שלאָפֿן, און מען האָט אים פֿאַרנומען אין שפּיטאָל; פֿון דאָרטן, אײַנגעשלעפֿערט, און אים איבערגעפֿירט אין דער תּפֿיסה אַרײַן.
שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/3565/print/.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.