(די 2 טע זײַט פֿון 2)
הגם פֿרעדי גריי איז געווען אַן אַפֿריקאַניש־אַמעריקאַנער יונגערמאַן, איז קיין ראַסיסטישער עלעמענט אין דער געשיכטע, אַ פּנים, ניטאָ. יעדנפֿאַלס, שפּילט עס ניט קיין ממשותדיקע ראָלע. די זאַך איז, אַז צווישן די זעקס פּאָליציאַנטן, וואָס האָבן אַזוי אָדער אַנדערש זיך באַטייליקט אינעם אַרעסטירן און טראַנספּאָרטירן גרייען, זײַנען דרײַ געווען אויך שוואַרצע. אַזוי אַז דער עולם איז אין דעם פֿאַל געוואָרן אויפֿגעבראַכט מיט דער ברוטאַלקייט מצד די פּאָליציאַנטן, נישט מצד די ווײַסע.
אַן ענלעכע פּראָבלעם האָט אין ישׂראל אַרויסגעפֿירט טויזנטער עטיאָפּישע ייִדן (זייער צאָל אין לאַנד דערגרייכט 120—130 טויזנט נפֿשות) אויף די גאַסן פֿון תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים. זייער פּראָטעסט, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן רויִק, אָבער פֿאַרענדיקט מיט ערנסטע צונויפֿשטויסן און צענדליקער פֿאַרוווּנדיקטע, האָט געצילט קעגן ברוטאַלקייט פֿון די ישׂראלדיקע פּאָליציאַנטן. בפֿרט נאָך, אַז אין דעם אינצידענט, וואָס האָט אויפֿגעבראַכט דעם עולם, האָבן די פּאָליציאַנטן געשלאָגן אַ זעלנער:
די זעקס באַלטימאָרער פּאָליציאַנטן זײַנען שוין פֿאָרמעל באַשולדיקט געוואָרן דורך דעם היגן פּראָקוראָר, און דער פֿאַקט אַליין האָט געביטן דעם מצבֿ אין דער שטאָט. די פּאָגראָמען, וואָס האָבן זיך תּחילת אָנגעהויבן און שוין זייער טײַער אָפּגעקאָסט דער שטאָט, זײַנען אַריבער אין דעמאָנסטראַציעס אָן ערנסטן געוואַלד. אָבער די גאַסן בלײַבן פֿאַרפֿילט מיט מענטשן, בפֿרט נאָך, אַז אַ סך פֿון זיי אַרבעטן סײַ־ווי־סײַ ניט. אַלע אַנדערע נײַעס אויף דער טעלעוויזיע, אַפֿילו אַזאַ גלאָבאַלע סענסאַציע ווי דאָס געבוירן ווערן פֿון אַ בריטישער פּרינצעסין, זײַנען כּמעט פֿאַרשוויגן געוואָרן.
אַזוי אָדער אַנדערש וועט זיך דאָס אַלץ אויססדרן אין באַלטימאָר. אָבער דאָס הייסט גאָר ניט, אַז דער פֿאַרכּישופֿטער קרײַז פֿון זייער שווערע צווישן־באַציִונגען, וואָס די מאַכט האָט מיט דער כראָניש פֿאַראָרעמטער און פֿאַרקרימינאַליזירטער באַפֿעלקערונג, וועט ניט ברענגען צו ענלעכע געשעענישן אין אַן אַנדער ווינקל פֿון לאַנד. מע קען זייער אַ סך רעדן וועגן די שלעכטע מידות פֿון די אײַנוווינער פֿון די געגנטן, וווּהין אַ פּאָליציאַנט גייט ווי אויף אַ מלחמה און פֿירט זיך אויף ווי אויף אַ מלחמה. אָבער מע דאַרף דאָך עפּעס טאָן, כּדי צו לייזן די סאָציאַלע און עקאָנאָמישע פּראָבלעמען, וועלכע ליגן אין דעם יסוד פֿון אַזאַ מצבֿ. ווען אין דער שטאָט שטייען ביזן הײַנטיקן טאָג חורבֿות פֿון פּאָגראָמען, וועלכע זײַנען געשען נאָך אין די 1960ער יאָרן, זאָגט עס אַ סך וועגן די מידות פֿון דער מלוכה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.