(די 2 טע זײַט פֿון 2)
עס איז באַקאַנט, אַז אין די פֿרומע קרײַזן טאָרן די מענער ניט טאַנצן מיט פֿרויען. אָבער צי איז דאָס תּמיד אַזוי געווען? בײַ די איטאַליענישע ייִדן פֿונעם 16טן יאָרהונדערט האָבן מענער יאָ געמעגט טאַנצן מיט זייערער ווײַבער. אויף מאַראָקאַנער חתונות האָבן פֿרויען געטאַנצט, אָבער ניט מיט די מענער, נאָר פֿאַר די מענער, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די רבנים האָבן דאָס פֿאַרווערט.
דאָס בוך נעמט אַרײַן צענדליקער אילוסטראַציעס פֿון אַלטע ביכער און ספֿרים, סײַ פֿון ייִדישע קוואַלן, סײַ פֿון נישט־ייִדישע. אויף געוויסע טעמעס שטעלט שפּערבער דעם טראָפּ אויף די וויזועלע מאַטעריאַלן, וועלכע זענען פֿאַרבליבן. אינעם קאַפּיטל וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון דער חופּה זעט מען אויף די בילדער ווי אַנדערש די חופּה האָט אויסגעזען אין דער אַשכּנזישער טעריטאָריע במשך פֿון די יאָרהונדערטער. אין געוויסע אילוסטראַציעס פֿון די אַמאָליקע חתונות פֿונעם מיטל־עלטער זעט מען בכלל נישט קיין חופּה. ווי קומט עס? עס זעט אויס, אַז דער כּלהס שלייער האָט געקענט מיט זיך פֿאָרשטעלן די חופּה.
ווער וואָלט זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז דער ענין, ווי אַזוי מע זיצט, ווען מען גייט מבֿקר־חולה זײַן אַ קראַנקן, האָט אַ לאַנגע געשיכטע? אין איין מקור טאָר מען נישט זיצן צו קאָפּנס, און נישט צו פֿוסנס; נאָר זיך אַוועקזעצן אויף דר׳ערד. דער געדאַנק איז, אַז איבער דעם קראַנקן שוועבט די שכינה אָדער דער מלאך־המוות, און מע טאָר זייער רשות נישט שטערן.
די קאַפּיטלעך וועגן טויט — די סמנים, אַז מע גייט אַ גאַנג, די רגע פֿון דער גסיסה, דאָס בעטן מחילה בײַם מת, יאָרצײַט־ליכט — און נאָך אַנדערע, זענען געפּאַקט מיט אינפֿאָרמאַציע פֿון אַלע ייִדישע קהילות, אַחוץ איינער — די מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדיש־רעדנדיקער עדה. הרבֿ שפּערבער נעמט אַרײַן די מינהגים און גלייבענישן פֿון אַלע תּפֿוצות־ישׂראל, אָבער צום שוואַכסטן, צום באַדויערן, קען ער זיך ניט אויס אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע טראַדיציעס און אין די מקורים, געשריבן אויף ייִדיש.
נו, איין מענטש קען אַוודאי נישט אַלץ וויסן, אָבער דעם דאָזיקן בלויז איז שווער צו פֿאַרנעמען פֿאַר די לייענער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און זכרונות־ליטעראַטור אויף ייִדיש, וועלכע ווייסן ווי רײַך ס׳איז די ייִדישע ליטעראַטור מיט עטנאָגראַפֿישע פּרטים און באַשרײַבונגען. אינעם קאַפּיטל וועגן בעטן מחילה בײַם מת, למשל, ווערן נישט דערמאָנט די קלאָגענישן אויף ייִדיש, וואָס די משפּחה און קלאָגמוטערס פֿלעגן זאָגן. תּחינות ווערן אויך נישט דערמאָנט. אַשכּנז אין שפּערבערס ווערק הייסט בלויז דײַטשלאַנד און „מערבֿ־אַשכּנז‟ (האָלאַנד, איטאַליע, פֿראַנקרײַך).
מע פֿילט הרבֿ שפּערבערס ענטוזיאַזם בײַם פֿאָרשן די מינהגים, כאָטש אַ מאָל כאַפּט זיך בײַ אים אַרויס דאָס וואָרט „אײַנגלייבעניש‟, וואָס דריקט אויס אַ סנאָבישן צוגאַנג. ווי האָט יענער געזאָגט, בײַ איין פֿאָלק הייסט עס אײַנגלייבענישן, בײַ אַ צווייטן פֿאָלק, הייסט עס, רעליגיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.