(די 2 טע זײַט פֿון 2)
געלער, וואָס איז אַ ייִדישע טאָכטער, האָט נישט געענטפֿערט אויף די פֿראַגעס פֿונעם Forward, וואָס שייך דער אידענטיטעט פֿון די הויפּט־פֿינאַנציעלע שטיצער פֿון דער „איניציאַטיוו‟.
געלער, אַ פֿאַרמעגלעכע געגטע פֿרוי און מאַמע פֿון פֿיר קינדער אין לאָנג־אײַלאַנד, האָט אָנגעהויבן איר אַקטיוויזם אין 2005, דורך אַ בלאָג, Atlas Shrugs — אַ רעאַקציע אויף די אַטאַקן פֿונעם 11טן סעפּטעמבער. דער נאָמען פֿון דער וועבזײַט איז אַ רמז אויף דער קאָנטראָווערסאַלער ליבערטאַריאַנער שרײַבערין, אַן ראַנד, וואָס איר ראָמאַן, Atlas Shrugged, פּובליקירט אין 1957, האָט געוואָרנט וועגן די סכּנות פֿון אַ רעגירונג, וואָס שפּילט אַ צו־אַקטיווע ראָלע אינעם לעבן פֿון אירע בירגער.
געלער האָט אָנגעפֿירט מיט אַ קאַמף קעגן אַן אַראַביש־שפּראַכיקער שול אין ברוקלין און קעגן דעם פֿאָרגעלייגטן איסלאַמישן צענטער Park 51, וואָס מע האָט געזאָלט בויען צוויי גאַסן פֿון „גראַונד זעראָ‟, אין מאַנהעטן.
במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צען יאָר, האָט איר בלאָג געשילדערט די מערבֿדיקע געזעלשאַפֿט ווי איינע, וואָס האַלט אָט־אָט בײַם אונטערגיין; אַז די יודעאָ־קריסטלעכע ציוויליזאַציע איז אונטער אַ כּסדרדיקן אַטאַק פֿונעם ראַדיקאַלן איסלאַם, און אַז מע וועט אין דער נאָענטער צוקונפֿט אפֿשר אַפֿילו אײַנפֿירן „שאַריאַ‟־געזעצן אין אייראָפּע און אַמעריקע. אין 2013 האָט ענגלאַנד פֿאַרווערט געלער און ראָבערט ספּענסער, אַ מיטגרינדער פֿון דער „איניציאַטיוו‟, אַרײַנצוקומען אין לאַנד, באַצייכענענדיק זיי ווי פֿירער פֿון „אַנטי־מוסולמענישע שׂינאה־אָרגאַניזאַציעס‟.
פֿאַר דער שיסערײַ אין גאַרלאַנד, איז געלערס „איניציאַטיוו‟ געווען צום בעסטן באַקאַנט פֿאַר אירע קאָנטראָווערסאַלע רעקלאַמעס, וואָס מע האָט געקאָנט זען אויף די באַן־סטאַנציעס אין ניו־יאָרק, באָסטאָן און פֿילאַדעלפֿיע, מיט די אויפֿשריפֿטן „די איסלאַמישע שׂינאה קעגן ייִדן געפֿינט זיך אינעם קאָראַן‟ און „אין יעדער מלחמה צווישן דעם ציוויליזירטן מענטש און דעם פּרא־אָדם, זאָלט איר שטיצן דעם ציוויליזירטן. שטיצט ישׂראל. באַזיגט דזשיהאַד‟.
אַ סך שטאָט־אינסטאַנצן האָבן פּראָטעסטירט קעגן די רעקלאַמעס, אָבער מיט דער הילף פֿון אַן אַנטי־איסלאַמישן אַדוואָקאַט, דוד ירושלמי, האָט די „אינציאַטיוו‟ באַוויזן אין געריכט, אַז ס׳איז אַן ענין פֿון וואָרטפֿרײַהייט, האָבן די שטאָטישע טראַנספּאָרטאַציע־אַגענטורן נישט געהאַט קיין ברירה.
געלער איז בכלל אַ שטאַרקע פֿאַרטיידיקערין פֿון וואָרטפֿרײַהייט. מיט צען יאָר צוריק האָט זי פּובליקירט אויף איר בלאָג קאָנטראָווערסאַלע קאַרטונס פֿון מאָהאַמעד, וואָס האָבן זיך פֿריִער באַוויזן אין אַ דענישער צײַטונג, און דערבײַ אַרויסגערופֿן בלוטיקע פּראָטעסטן און טויט־דראָונגען. די אויסשטעלונג אין גאַרלאַנד די וואָך איז געווען, צום טייל, אַ רעאַקציע אויפֿן טעראָריסטישן אַטאַק מצד די מוסולמענישע עקסטרעמיסטן אויף דער סאַטירישער פֿראַנצייזישער צײַטונג „שאַרלי העבדאָ‟, וואָס האָט אויך פּובליקירט בילדער פֿון מאָהאַמעד. די „איניציאַטיוו‟ האָט אויסגעגעבן $10,000 אויף זיכערהייט־מיטלען צו באַשיצן די באַזוכער פֿון דער אויסשטעלונג.
בעת דער אונטערנעמונג האָבן געלער, ספּענסער און גערט ווילדערס, אַ האָלענדישער אַנטי־איסלאַמיסט, וועלכער האָט געהאַלטן אַ רעדע דאָרט, אַפֿילו נישט געוווּסט וועגן דער שיסערײַ וואָס קומט פֿאָר אין דרויסן. די צוויי טעראָריסטן זענען דערשאָסן געוואָרן, איידער זיי האָבן געקאָנט אַרײַנגיין אין בנין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.